קודם און צום אַלעם ערשטן, מוז איך אויפֿקלערן, וואָס אין דער וועלט איז אַ מוכיח; אַ וואָרט, וואָס מ’באַנוצט זיך דערמיט הײַנט זייער זעלטן. געווען אַמאָל רביים און צומאָל אויך רבנים, וואָס האָבן נישט געטרויט זייער גרויסקייט, זייער שטאָלץ, זייער אײַנגלייבעניש אין זיך אַליין, האָבן זיי אָנגעשטעלט אַ מוכיח, אַ שטראָפֿער, הייסט עס, ער זאָל צאַמען זייער גדלות, זיי מוסרן, ווען ס’קומט זיי אָן דער אַטאַקע פֿון גאווה.
ווען דער רבי האָט אָנגעוווירן די שליטה איבער זיך, האָט דער מוכיח געמוזט אויפֿמערקזאַם מאַכן דעם רבין אויף זײַן אײַנגעגלייבטקייט אין זיך. ערשט דעמאָלט פֿלעגט דער מוכיח אים אַ צי טאָן בײַ דער פּאָלע ווי איינער זאָגט:
„רבי לעבן, צאַם! האַמעווע! שטעל אָפּ די דראָשקע, לאָז אָפּ די לייצעס און דערמאָן זיך, אַז דו ביסט נישט מער ווי אַ פּשוטער בשׂר־ודם, פּונקט ווי מיר אַלע, און לאָז נישט צו די גאווה, ווײַל זי איז נישט מער ווי די סיטרא־אחרא, וואָס וועט דיך אַראָפּפֿירן פֿון וועג.‟
אַ גרויסער שאָד, וואָס מיר האָבן אָנגעוווירן אַזאַ טײַערע אינסטיטוציע ווי דער מוכיח. די פּסיכיאַטערס מיט די טעראַפּיסטן גיבן נישט קיין עצות; זיי הערן בלויז אויס און ׳זײַץ מיר און האָץ מיר׳, און פֿאַרגעס נישט למען־השם דעם אָפּצאָל פֿאַרן וויזיט. איך הייב נישט אָן צו וויסן צי דער מוכיח האָט זיך געלאָזט באַצאָלן.
הײַנט קומט מען פּנים־אל־פּנים מיט אַ יעדן שמענדריק, וואָס פֿאַרנעמט ערגעץ אַן ערשט־ראַנגיקע, צווייט־ראַנגיקע, צי דריט־ראַנגקע פּאָזיציע, און מאַכט אָן אַ פּאַרע אַרום זיך ווי אַ לאָקאָמאָטיוו, מען זאָל מיינען, אַז ער איז אַ שישקע שבשישקע. ר’ נפֿתלי ראַפּשיצער פֿלעגט זאָגן צו זײַנע חסידים:
„איר זאָלט נישט טראָגן קיין בגד וואָס זײַן אויבערשלאַק באַשטייט פֿון גאווה, זײַן אונטערשלאַק פֿון כּעס, גענייט מיט פֿעדעם פֿון מרה־שחורה.‟
מיר ייִדן האָבן אַזוי לאַנג געשליפֿן אונדזער כאַראַקטער נישט בלויז ווי יחידים, נאָר ווי אַ גאַנץ פֿאָלק, ביז מען האָט זיך דערטראַכט צום געדאַנק, אַז ווער פֿון אונדז גלייבט נישט אינעם כּביכול, איז אויך אַ ייִד. מיר צייכענען זיך אויס אין שטעלן פֿראַגעס, פֿרעגן קשיות, און נעמען גאָט אויפֿן צימבל; און גלייבט מיר, ער האָט זיך עס פֿאַרדינט.
רעדנדיק שוין מכּוח אַכצן און דרײַצן. איז פֿאַראַן אַ מעשׂה בײַ ייִדן פֿון אַ קינד, וואָס האָט ליב געהאַט חוקר־ודורש זײַן, דער עיקר, פֿלעגט ער נעמען זײַן טאַטן אויפֿן צימבל. איז דאָך דער טאַטע געווען אַ גוטער טאַטע האָט ער פּרובירט מסביר זײַן די שווערע פֿראַגעס:
„גיב נאָר אַ קוק, קינד מײַנס, פֿלעגט דער טאַטע מסביר זײַן, ווי קלוג דער אייבערשטער האָט אײַנגעשטעלט די וועלט. די פֿייגעלעך לייגן זייערע אייעלעך אין נעסט און ווען זיי שיילן זיך אויס פֿון די אייעלעך, קומען אַרויס קליינע פֿייגעלעך. דעמאָלט נעמט די מאַמע־פֿויגל פֿיטערן די קליינע פֿייגעלעך מיט גרילעכלעך און מיט ווערעמלעך. און זיי דאַנקען גאָט און לויבן אים אין זיבעטן הימל אַרײַן פֿאַר זײַן געטלעכער גרויסקייט און גוטסקייט.‟
פֿרעגט אים דאָס קליינע פֿייגעלע:
„טאַטע! אַנו זאָג מיר, גיבן די גרילעכלעך מיט די ווערעמלעך אויך אָפּ אַ לויב צו גאָט, ווען די פֿייגעלעך עסן זיי אויף?‟
פּונקט דעמאָלט, זעט איר, לעשט זיך אויס דער געטלעכער עקראַן.
בײַ י. ל. פּרצן איז פֿאַראַן אַ מעשׂה, וואָס העלפֿט אונדז אַמאָל איבערצוקומען סײַ אייגענע און סײַ אַלגעמיינע ייִדישע ספֿקות. דערציילט פּרץ פֿון אַ ייִדן, בערל דער שנײַדער, וועלכער האָט קוים דערלעבט, אַז זײַן זון, דער דאָקטער, זאָל צוריק קומען אַהיים.
געקומען איז דער זון פֿרײַטיק, און שבת וויל דער טאַטע אים מיטנעמען אין שיל דאַווענען.
„איך גיי נישט, טאַטע!‟ זאָגט דער דאָקטער.
„דו שעמסט זיך מיט מיר?‟ פֿרעגט דער טאַטע.
„גאָט באַהיט, טאַטע!‟ ענטפֿערט אים דער זון.
און אין דעם וויל דער טאַטע וויסן:
„נו, אַז מען איז שוין אַ דאָקטער, דאַרף מען שוין נישט גאָט לויבן?‟
„נישט דאָס,‟ ענטפֿערט אים דער זון.
„איז וואָס דען?‟ חידושט זיך דער טאַטע.
„נו! ווי זאָל איך עס דיר אויסטײַטשן?‟ מאַכט דער זון. „טאַטע! ווי וואָלט דיר געפֿעלן, ווען עמעץ זאָגט דיר אין די אויגן אַרײַן: ׳ביסט אַ וווילער שנײַדער! אַ גוטער שנײַדער! אַן ערלעכער שנײַדער! אַן איינציקער שנײַדער!׳‟
„אַך!‟ ענטפֿערט אים דער שנײַדער, „וואָס רעדסטו?‟
„אָבער טאַטע! מאַכט דער זון, „גאָט איז קליגער פֿאַר אונדז, און ער, מיינסטו, דאַרף אונדזער לויב דרײַ מאָל אַ טאָג און דערמאָנען אים ווי גרויס ער איז?‟
פֿאַרטראַכט זיך דער טאַטע אַ רגע און גיט אים צו פֿאַרשטיין:
„אַלץ איז ריכטיק, מײַן זון, אָבער דאַווענען מוז מען דאָך!‟
און דאָס רופֿן מיר ייִדן „טראַדיציע!‟ מינהגים, ריטואַלן, געוווינהייטן, פֿאָלקס־גלויבן, דער עיקר, מוזן מיר דאָך געהערן צו אַן עדה ייִדן, מען איז דאָך מיט זיי אויסגעוואַקסן, און זיי זײַנען פּונקט אַזוי צעשפּאָלטן און צעשפּליטערט, צעקרישלט און צעברעקלט ווי מצה־מעל, ווען עס קומט צו אונדזער אמונה און גלויבן; נישט בחינם, ווײַל וווּ איז דער אויבערשטער געווען, ווען מען האָט אים נויטיק באַדאַרפֿט?
אפֿשר דאַרף גאָט אַ מוכיח, ער איז געבליבן גרויס בײַ זיך, דאַרף מען אים אַ צי טאָן בײַ דער פּאָלע און אָנווײַזן:
„האַלט זיך נישט אַזוי אין גרויסן, לאָז אָפּ דײַן גדלות, דײַנע ייִדן טאַפּן אין דער פֿינצטער; פֿאַרזעץ דאָס לעצטע העמד און זײַ אַ מענטש.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.