דעפּאָרטאַציע פֿון ייִדן אין 1915

Deportations of Jews in 1915


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published May 29, 2015, issue of June 26, 2015.

דער שבֿועות פֿון יאָר 1915 האָט איבערגעלאָזט אַ שווערע דערמאָנונג אין דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע. מיטן יום־טובֿ גופֿא האָט עס, פֿאַרשטייט זיך, גאָרנישט געהאַט צו טאָן. נאָר אַזוי האָט זיך עס שוין באַקומען, אַז גראָד דעמאָלט האָט די צאַרישע מיליטער גענומען אַרויסוואַרפֿן ליטווישע (בפֿרט פֿון דער קאָוונער געגנט) און קורלענדישע (לעטישע) ייִדן פֿון די טעריטאָריעס, וועלכע זײַנען געווען נאָענט צום רוסיש־דײַטשישן פֿראָנט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. צוזאַמען מיט די דײַטשן, וואָס זײַנען געווען רוסישע בירגער, ווי אויך רוסישע תּושבֿים, וועלכע זײַנען געווען בירגער פֿון דײַטשלאַנד און עסטרײַך־אונגאַרן, האָט מען די ייִדן פֿאַררעכנט פֿאַר פּאָטענציעלע שפּיאָנען צי סתּם געפֿערלעכע עלעמענטן פֿון דער באַפֿעלקערונג. די רוסישע אַרמיי האָט זיך ווייניק געצאַצקעט מיט די „אייגענע‟, רוסישע ייִדן, אָבער באַזונדערס האָבן פֿון דער מיליטער געליטן די עסטרײַכישע, גאַליציאַנער ייִדן.

ווי ווײַט איז אַזאַ אָפּשאַצונג געווען באַרעכטיקט? ווי אַזוי פּאָרט זיך עס מיטן פֿאַקט, אַז הונדערטער טויזנטער ייִדישע סאָלדאַטן זײַנען געווען אין דער רוסישער אַרמיי? איך בין גאָר ניט זיכער, צי די היסטאָריקער קענען געבן אַ זיכערן ענטפֿער אויף אָט דער פֿראַגע. עס זײַנען פּשוט ניטאָ קיין פֿאַרלאָזלעכע קוואַלן, וואָס זאָלן דערלויבן עס צו פֿאָרשן. קיין אויספֿרעגן האָט דעמאָלט קיינער ניט דורכגעפֿירט, און קיין פֿרײַע פּרעסע האָט ניט עקזיסטירט.

איך האָב אַ מאָל פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט, לייענענדיק וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געהאַט געשריבן אין די מלחמה־יאָרן. די צײַטונג איז, ווי מיר ווייסן, געווען געשטימט אַנטי־רוסיש; געהאָפֿט, אַז די מפּלה פֿון ראָמאַנאָווס אימפּעריע וועט ברענגען פֿרײַהייט דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. (זען, אַ שטייגער, //yiddish2.forward.com/archive/forverts/2006/1124/item10.html) אַ שטימונג פֿון אַזאַ סאָרט איז געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר כּמעט דער גאַנצער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע און, אַ פּנים, דעם גרעסטן טייל ייִדן פֿון אַמעריקע.

צי מיינט עס אויך, אַז ייִדן אין רוסלאַנד זײַנען געווען געשטימט פּונקט אַזוי? אַוודאי, ניט. מיר זעען, ווי די ייִדן אין מאָסקווע און, למשל, רוסיש־רעדנדיקע ייִדן אין ניו־יאָרק האָבן (דורכשניטלעך, פֿאַרשטייט זיך,) פֿאַרשיידענע מיינונגען וועגן אַ סך זאַכן אַפֿילו הײַנט, ווען איינער מיטן אַנדערן פֿאַרבינדן זיך די גאַנצע צײַט סײַ טעלעפֿאָניש, סײַ אינטערנעציש. מיט אַ יאָרהונדערט צוריק איז אין דעם זין געווען לחלוטין אַן אַנדער פֿאַרבינדונג צווישן די צוויי ייִשובֿים. מע פֿלעגט, פֿאַרשטייט זיך, גאַנץ אינטענסיוו קאָרעספּאָנדירן, אָבער אַ בריוו בלײַבט אַ בריוו, בעת אַ שמועס, אַפֿילו אין אַ ווירטועלן רוים, שאַפֿט גאָר אַן אַנדער צווישן־באַציִונג. שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, וואָס הײַנט וווינען אין ניו־יאָרק מער רוסיש־רעדנדיקע ייִדן ווי אין מאָסקווע און אפֿשר אין גאַנץ רוסלאַנד, און עפּעס אַ סיבה, אַרײַנגערעכנט זייער ליבע צו מאָסקווע צי בכלל רוסלאַנד, האַלט אײַן די פֿאַרבליבענע ייִדן פֿון עמיגראַציע.

מיט אַ יאָרהונדערט צוריק האָט דער מצבֿ געהאַט אין גאַנצן אַן אַנדער פּנים. ס’רובֿ ייִדן זײַנען נאָך אַלץ געווען אין רוסלאַנד. זייער פּאַטריאָטיזם צי ניט־פּאַטריאָטיזם האָט, בלי־ספֿק, געהאַט אויך אַ געאָגראַפֿישע דימענסיע. אַ וואַרשעווער, אַ ווילנער צי אַ קיִעווער ייִד האָט געקענט האָבן גאַנץ פֿאַרשיידענע סענטימענטן לגבי רוסלאַנד. אַ סבֿרא, אַז די שטימונג פֿון גרויס־שטאָטישע ייִדן האָט געקענט זיך שיידן, דערצו ממשותדיק, מיט דער שטימונג פֿון שטעטלדיקע ייִדן צי ייִשובֿניקעס.

פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג פֿון פֿאָרשן דעם דאָזיקן ענין, האָב איך אַרויסגעטראָגן דעם אײַנדרוק, אַז דער פֿאַרמעגלעכער און געבילדעטער טייל פֿונעם רוסישן ייִדנטום האָט געוויזן די נטיה צו זײַן פּאַטריאָטיש צי אַפֿילו הייס־פּאַטריאָטיש. וואָס שײך דעם „ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר‟, איז שווער צו זײַן זיכער, אויף וועמענס צד איז ער געווען, אַ חוץ זײַן אייגענעם צד. שלום־עליכם האָט מײַסטעריש געשילדערט די אַטמאָספֿער פֿון יענער צײַט אין זײַנע „מעשׂיות פֿון טויזנט און איין נאַכט‟.

די דעפּאָרטאַציעס פֿון יאָר 1915 האָבן איבערגעלאָזט פֿאַרשיידענע, אָפֿט מאָל, טיפֿע שפּורן. ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער דאָזיקער מיגראַציע, זײַנען אויסגעוואַקסן און שטאַרקער געוואָרן די ייִדישע קהילות אין אַזעלכע ווינקלען פֿון רוסלאַנד, וווּ פֿריִער האָט מען זעלטן געזען אַ ייִד. דער תּחום־המושבֿ איז דעמאָלט, אין אַ גרויסער מאָס, אָפּגעשאַפֿן געוואָרן. למשל, אין מאָסקווע האָבן בעת דער מלחמה זייער אַ גרויסע ראָלע געשפּילט די פּוילישע ייִדן, בפֿרט פֿון וואַרשע און לאָדזש. אייניקע האָבן באַשלאָסן צו בלײַבן דאָרטן אויך נאָכן דער מלחמה, ווען ס’איז שוין געווען אַ מעגלעכקייט זיך אומקערן אַהיים.

די אויסגעוואָרצלטע לײַט האָבן געשאַפֿן אַ סבֿיבֿה, אין וועלכער ס’איז געווען גרינגער צו רעקרוטירן מענטשן פֿאַר כּלערליי ראַדיקאַלע גרופּירונגען, אַרײַנגערעכנט די באָלשעוויסטישע פּאַרטיי. גלײַכצײַטיק, איז בעת דער מלחמה שטאַרקער געוואָרן די אָרגאַניזאַציאָנעלע סטרוקטור פֿונעם ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד. אַן אַקטיווע טעטיקייט האָבן געפֿירט די פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס, און אַ סך אינטעקטואַלן האָבן דאָרטן געאַרבעט אין די דאָזיקע יאָרן. די באָלשעוויקעס האָבן שפּעטער געמוזט, נעבעך, האָרעווען זייער שווער, כּדי די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס צעשטערן.

ס’איז שוין ניט ווייניק אָנגעשריבן געוואָרן וועגן יענע צײַטן. אָבער קיין באמת אַרומכאַפּנדיקע פֿאָרשונג פֿון ייִדישער מיגראַציע מיט אַ יאָרהונדערט צוריק איז דערווײַל ניטאָ. און ס’איז ניטאָ קיין פֿאָרשונג, וואָס זאָל אַנאַליזירן די שפּורן פֿון דער מיגראַציע, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן און אפֿשר פֿילן זיך ביזן הײַנטיקן טאָג אינעם ייִדישן לעבן.