(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/archive/forverts/2006/0908/item8.html)
דעם 26סטן מײַ, אין אָוונט, איז אין הרבֿ אליהו קאָגאַנס רוסישער ליובאַוויטשער שיל, וואָס געפֿינט זיך אין סטאַטען־אײַלענד, פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿונעם טאַלינער זינגער טימור פֿישעל, וועלכער איז אָנגעקומען מיט אַ וויזיט פֿון עסטלאַנד קיין ניו־יאָרק. דער רבֿ, אַ געבוירענער און אויפֿגעוואַקסענער אין מאָסקווע, פֿירט כּסדר דורך פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען אויף רוסיש פֿאַר עמיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און זייערע קינדער. אָפֿיציעל הייסט די שיל „דער ייִדיש־רוסישער בילדונג־צענטער‟. דער קאָנצערט הַאָט געהייסן „דאָס ייִדישע ליד דורך דורות, פֿון מיטל־עלטער ביז די הײַנטיקע טעג‟.
מע קאָן זאָגן, אַז די ליובאַוויטשער קהילות שטייען הײַנט אויף אַ קרייצוועג צווישן דער חסידישער פֿרומקייט און דער וועלטלעכער קולטור. אַ סך יונגע חב״דניקעס זענען בעל־תּשובֿות, וואָס שטרעבן זיך אויסצולערנען ייִדיש — לכל־הפּחות, אין טעאָריע — ווי די היימישע שפּראַך פֿונעם רבין און דעם עלטערן דור חסידים. אַזעלכע יונגע־לײַט האָבן, געוויינטלעך, נישט קיין פֿאָראורטל קעגן דער וועלטלעכער ייִדישער קולטור.
צווישן די מיטל־יאָריקע ייִדן, לאַוו־דווקא פֿרומע, וואָס באַווײַזן זיך כּסדר אין די ליובאַוויטשער שילן, טרעפֿן זיך נישט ווייניק געבוירענע אין דער סאָוועטישער מערבֿ־אוקראַיִנע אָדער בעסאַראַביע צי אַן אַנדער אָרט, וואָס זענען דערצויגן געוואָרן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה, אָבער אַסאָציִיִרן נישט ייִדיש מיט פֿרומקייט. דערפֿאַר, הגם בלויז אַ מינדערהייט פֿון די ליובאַוויטשער קענען ייִדיש, איז חב״ד, מסתּמא, די איינציקע חסידישע סבֿיבֿה, וווּ די וועלטלעכע און פֿרומע ייִדישע קולטור קאָן זיך צונויפֿפֿלעכטן אין אַ נאַטירלעכער קאָמבינאַציע.
הרבֿ קאָגאַן האָט איבערגעגעבן אונדזער צײַטונג, אַז צום ערשטן מאָל האָט ער אָרגאַניזירט אַ קאָנצערט אויף ייִדיש און האָפֿט צו פֿאַרבעטן אין זײַן שיל אַנדערע רוסיש־רעדנדיקע ייִדיש־זינגער און קולטור־טוער, בפֿרט זײַן לאַנדסמאַן פּסוי קאָראָלענקאָ, אַ באַקאַנטער מחבר פֿון חידושדיקע „כוליגאַנישע‟ ווערק, וועלכער האָט אויך איבערזעצט אויף ייִדיש אַ גאַנצע ריי לידער פֿון קלאַסישע סאָוועטישע פֿילמען. פֿישעל האָט איבערגעגעבן, אַז ער איז גוט באַקאַנט מיט חב״ד, בפֿרט מיטן טאַלינער ליובאַוויטשער שליח, הרבֿ שמואל קאָט.
אויפֿן קאָנצערט האָט זיך טאַקע באַקומען אַ נאַטירלעכע קאָמבינאַציע פֿון פֿרומער און וועלטלעכער ייִדישער קולטור. ניקאָלײַ באָראָדולין, דער באַקאַנטער ייִדיש־לערער פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟, וועלכער וווינט אויך אין סטאַטען־אײַלענד, האָט צום ערשטן מאָל באַזוכט די שיל, הגם ער איז אַהין אַרײַנגעקומען פּרינציפּיעל אָן אַ יאַרמלקע. בעת דעם צוויי־שעהיִקן קאָנצערט האָט פֿישעל אויפֿגעפֿירט מיט אַ גיטאַר בערך 30 לידער, על־פּי־רובֿ פּאָפּולערע, שטרעבנדיק צו באַקענען דעם עולם מיט אַ ברייטן פֿאַרנעם פֿון כּלערליי זשאַנערס, אַרײַנגערעכנט די ראָמאַנטישע ליבע־ און גנבֿים־לידער.
ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן אַן אַנדער חסידישע חבֿרה, אַחוץ ליובאַוויטש, וווּ מע וואָלט געלאָזט זינגען גלײַך לעבן דעם אָרון־קודש וועגן דער „שיקסע גאָלע־באָסע‟ (נאַקעט־באָרוועס), וואָס גייט אַרײַן אינעם קיִעווער טראַמווײַ, אָדער וועגן אַ מיידל, וואָס האָט איבערגענעכטיקט מיט גרויס הנאָה אויף אַ סטויג היי מיט צוויי ארץ־ישׂראלדיקע חלוצים. אַ רוסישע שיל, וווּ ער הערשט אַ געלאַסענע אַטמאָספֿער און אַ גוטער חוש פֿון הומאָר, איז דווקא אַ געראָטן אָרט פֿאַר אַזאַ אויפֿטריט. כּדי אָנצוהאַלטן די ערנסטע שטימונג, האָט פֿישעל אויסגעמישט אַזעלכע שפּאַסיקע לידער מיט גאָר ערנסטע און רירנדיקע געטאָ־ און חורבן־לידער.
דער זינגער איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו, אינעם יאָר 1962, און וווינט אין טאַלין — די עסטלענדישע הויפּטשטאָט, באַקאַנט בײַ ייִדן ווי רעוועל. די ייִדישע שפּראַך האָט ער אַליין אויסגעלערנט אינעם דערוואַקסענעם עלטער, און רעדט גאַנץ פֿליסיק, הגם, ווי ער האָט זיך אַנטשולדיקט, איז פֿאַר אים נאָך אַלץ שווער צו פֿאַרגעדענקען דעם ריכטיקן גראַמאַטישן מין פֿון אַ טייל ווערטער. פֿישעל האַלט זיך פֿאַר אַ תּלמיד פֿון מיישקע אַלפּערט, זלמן מלאָטעק און חנה (אַדריאַן) קופּער ז״ל, מיט וועלכע ער האָט זיך באַקענט אויפֿן פֿעסטיוואַל „קלעז־קאַנאַדע‟ אין מאָנטרעאָל און אַנדערע מוזיקאַלישע אונטערנעמונגען אַרום דער וועלט. דער זינגער האָט איצט באַזוכט ניו־יאָרק, כּדי זיך צו באַטייליקן אינעם רוסיש־אַמעריקאַנער פֿעסטיוואַל KSPUS („דער קלוב פֿון מוזיקאַלישער זעלבסט־טעטיקייט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן‟), געווידמעט דעם זשאַנער פֿון „באַרדישע‟ לידער, וואָס ווערן געזונגען, געוויינטלעך, פֿאַר אַ קליינעם עולם אונטער אַ גיטאַר־אַקאָמפּאַנימענט.
פֿישעלס וויזיט איז אָרגאַניזירט געוואָרן מיט דער הילף פֿון יעלענאַ (העלען) ברוק — אַ פֿרוי פֿון פּעטערבורג, וועלכע וווינט אין ניו־יאָרק און פֿירט אָן מיטן פּראָיעקט „בלאָנדזשענדע שטערן‟, וואָס שטעלט דעם ציל צו געפֿינען און באַרימט מאַכן די ווייניק באַקאַנטע ייִדישע טאַלאַנטן. דער שלוס־קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען אין אונדזער סטאַטען־אײַלענדער שיל.
ברוק האָט איבערגעגעבן, אַז מיט ייִדיש פֿאַרנעמט זי זיך צום ערשטן מאָל און פֿאַרשטייט אַ ביסל די שפּראַך נאָר צוליב דעם, וואָס זי קען דײַטש. לייענענדיק איר פּערזענלעך זײַטל אויפֿן „פֿייסבוק‟, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז בדרך־כּלל באַציט זי זיך צו דער ייִדישער קולטור לאַוו־דווקא פּאָזיטיוו. דעם 25סטן מײַ, נאָך פֿישעלס קאָנצערט אויפֿן פֿעסטיוואַל, האָט זי זיך באַקלאָגט, אַז „צו אָפֿט הערן מיר ייִדישע לידער וועגן גאָר פּרימיטיווע פּערסאָנאַזשן, וועלכע זענען פּונקט אַזוי ווײַט פֿון אונדזער קולטור און וועלט־באַנעם, ווי די אויסטראַלישע אַבאָריגענען‟.
אַזוי צי אַזוי, איז דער קאָנצערט געלונגען, הגם בלויז אַ קליינע צאָל מתפּללים זענען געקומען, דער עיקר, מיטל־יאָריקע און עלטערע ייִדן, וועלכע האָבן געהערט ייִדיש אין זייערע סאָוועטישע קינדער־יאָרן. דעם זינגער האָט פֿאַרחידושט, אַז צווישן די שטענדיקע דאַוונער פֿון דער שיל האָט זיך אָפּגעפֿונען אַ שרײַבער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ — דער מחבר פֿון די שורות. וווינענדיק אין עסטלאַנד, ווייסט ער ווייניק וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש אין ניו־יאָרק; בלויז טעאָרעטיש האָט ער געהערט, אַז אין אונדזער שטאָט זענען פֿאַראַן גאַנצע ייִדיש־רעדנדיקע ייִדישע קוואַרטאַלן.
פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן די מתפּללים זיך פֿאַרחידושט, ווען פֿישעל האָט דערקלערט, אַז די ייִדישע שפּראַך איז אַ בכּבֿודיקער און שטענדיקער אָביעקט פֿון שטודיעס אין די חשובֿסטע אוניווערסיטעטן אַרום דער וועלט, וואָס ציט כּסדר צו אַ סך פֿאַראינטערעסירטע סטודענטן. ווען באָראָדולין האָט זיך באַוויזן אין דער שיל, האָבן זיי טאַקע צום ערשטן מאָל דערזען מיט זייערע אייגענע אויגן, אַז ייִדיש איז נישט בלויז די שפּראַך פֿונעם פֿאַרצײַטישן אַמאָל און די „מאָדנע‟ אונגערישע חסידים מיט לאַנגע פּאות און שטרײַמלעך.
איינער אַ ייִדיש־רעדנדיקער מתפּלל איז אַנטציקט געוואָרן, ווען ער האָט דערהערט שבֿועות אַן אָנאָנס אין דער שיל, אַז אויפֿן צווייטן טאָג נאָכן יום־טובֿ וועט דאָרטן אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט אַ ייִד, וואָס וווינט אין עסטלאַנד, האָט זיך אויסגעלערנט צו רעדן פֿלוסיק ייִדיש און זינגט כּסדר אויף קאָנצערטן אין אייראָפּע. דער שטענדיקער אָנטיילנעמער פֿונעם מנין איז געווען צופֿרידן, אַז עמעצער זינגט נאָך אויף דער „שטאַרבנדיקער‟ שפּראַך.
אַזאַ אָפּרוף האָט מיך נישט פֿאַרחידושט. נישט צום ערשטן מאָל טרעף איך שוין ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס רעדן אויף ייִדיש, וווינען פֿאַקטיש אינעם האַרץ פֿונעם הײַנטצײַטיקן ייִדישלאַנד, באַטייליקן זיך אין ייִדיש־אונטערנעמונגען, און פֿאָרט גלייבן, אַז דאָס מאַמע־לשון פֿון זייער אַמעריקאַנער אָדער סאָוועטישער קינדהייט האַלט אין איין שטאַרבן.
פֿישעל איז אַ באַגאַבטער זינגער און אַ קענער פֿון ייִדישע לידער. איציק גאָטעסמאַן האָט שוין געשריבן וועגן אים אין אונדזער צײַטונג. הלוואַי זאָל הרבֿ קאָגאַן ממשיך זײַן די איניציאַטיוו. ווי געזאָגט, זענען די ליובאַוויטשער קהילות אַ פּאָטענציעל געראָטן אָרט, וווּ די פֿרומע און וועלטלעכע ייִדיש־קולטור קאָנען גיין האַנט בײַ האַנט. די דאָזיקע שמועסן האָבן מיר אָבער דערמאָנט וועגן דעם טיפֿן אײַנרײַס צווישן פֿאַרשיידענע שיכטן ייִדיש־רעדער.
אַ טייל נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד ווייסן נישט אַפֿילו, אַז זייער שיל איז ווײַט נישט דאָס איינציקע אָרט, מילד געזאָגט, וווּ זיי קאָנען דערהערן אַ שמועס צי אַ ליד אויף זייער האַלב־פֿאַרגעסן מאַמע־לשון.
ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדיש־רעדער אין ניו־יאָרק, די חסידים פֿונעם אונגעריש־גאַליציאַנער שניט, ווייסן אויך נישט, אַז די ייִדישע וועלטלעכע קולטור אַנטוויקלט זיך ווײַטער אַפֿילו אין אַזעלכע לענדער, ווי עסטלאַנד און פּוילן, נישט געקוקט אויפֿן טראַגישן אומקום פֿון ס׳רובֿ דאָרטיקע ייִדן בעתן חורבן.
הלוואי זאָל די ייִדישע קולטור פּטור ווערן פֿונעם שיזאָפֿרענישן מצבֿ, ווען די רעכטע האַנט ווייסט נישט, וואָס ס׳טוט די לינקע. און ניו־יאָרק איז טאַקע אַ מסוגלדיק אָרט, וווּ די גרענעצן צווישן פֿאַרשיידענע סעקטאָרן פֿון דער ייִדיש־קולטור קאָנען, האָפֿנטלעך, צעשווענקט ווערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.