אַ גרויסער סעזאָן בײַם „ניו־ייִדיש־רעפּ‟

A Big Season at New Yiddish Rep

דוד מאַנדלבוים
Facebook
דוד מאַנדלבוים

פֿון לייזער בורקאָ

Published May 31, 2015, issue of June 26, 2015.

מיט גאָרנישט לאָזט זיך גאָרנישט מאַכן, מע דאַרף דאָך אָנהייבן מיט עפּעס: טאַלאַנט, ענערגיע; אַ וויזיע, אַ חלום; אַ גרויסער קאַפּיטאַל שאַט אויך נישט. אָבער אויב ס׳איז דאָ כאָטש אַ ביסל עפּעס, גיט זיך אַ ייִד אַן עצה. אַזוי זעט מען אויפֿן מוסטער פֿונעם טעאַטער „ניו־ייִדיש־רעפּ‟, וואָס פֿירט אויף צענדליקער פֿאָרשטעלונגען מיט אַ נישטיקן בודזשעט. דער בעסטער באַווײַז איז אַוודאי „וואַרטן אויף גאָדאָ‟, וואָס דער אַנסאַמבל האָט געשפּילט צום ערשטן מאָל מיט צוויי יאָר צוריק — דאָס איז זיכער געווען די בעסטע טעאַטער־פֿאָרשטעלונג אויף ייִדיש, וואָס איז פֿאָרגעקומען דאָ אין ניו־יאָרק אין משך פֿון לאַנגע יאָרן.

דאָס יאָר וועט ווידער זײַן אַ וויכטיקס אין דער געשיכטע פֿונעם הײַנטצײַטיקן ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק. ערשטנס, פּראַוועט די „פֿאָלקסבינע‟ איר הונדערטסטן יוביליי מיטן ריזיקן „קולטורפֿעסט‟, וואָס הייבט זיך אָן אָט־אָט, דעם 14טן יוני.

צווייטנס, האָט דער „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ אויך די סאַמע אַמביציעזע פּראָגראַם אין זײַן אַכט־יאָריקער געשיכטע. דעם 11טן יוני (טאַקע דרײַ טעג פֿאַרן „קולטורפֿעסט‟) שטעלט מען „2 פֿון וואָלף‟, צוויי איינאַקטערס, געשריבן פֿונעם ייִדיש־ענגלישן דראַמאַטורג וואָלף מאַנקאָוויץ, וואָס מע וועט שפּילן פֿערצן מאָל, ביזן 2טן יולי. און דעם האַרבסט שטעלט מען די קלאַסישע פּיעסע „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟ פֿון אַרטור מילער, אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון יוסף בולאָוו. דאָס וועט מען שפּילן עטלעכע חדשים און גאַנצע 37 מאָל.

איך האָב געכאַפּט אַ שמועס מיטן דירעקטאָר פֿון „ניו־ייִדיש־רעפּ‟, דוד מאַנדלבוים, אין אַ יאַפּאַנישן רעסטאָראַן אויף דער איסט־סײַד.

ווער איז דער וואָלף מאַנקאָוויץ און פֿאַר וואָס שטעלסטו זײַנע פּיעסעס?

מאַנקאָוויץ איז געווען אַ זון פֿון רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן אין לאָנדאָן, וואָס איז געוואָרן אַ באַקאַנטער ענגלישער דראַמאַטורג, כאָטש ער האָט געוווינט אין אירלאַנד, צוליב די שטײַערן. צום באַדויערן, זײַנען אַ סך גוטע אייראָפּעיִשע דראַמאַטורגן ניט באַקאַנט דאָ אין אַמעריקע. פֿון די צוויי איינאַקטערס, וואָס מיר שטעלן, האָט מען בלויז איינעם דאָ אויפֿגעפֿירט — אין די 1980ער יאָרן, אָבער אין ענגלאַנד האָט מען אַפֿילו געמאַכט פֿילמען, באַזירט אויף זײַנע זאַכן. איין איינאַקטער זײַנעם, וואָס הייסט „די העברעיִשע לעקציע‟, האָט ער אַליין אָנגעשריבן אויף ייִדיש, ענגליש, און אירלענדיש. דעם צווייטן האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש אונדזער פֿרײַנד שיין בייקער, וואָס וועט אויך שפּילן אין דער פֿאָרשטעלונג. ער האָט גלענצנדיק פֿאַרטײַטשט „וואַרטן אויף גאָדאָ‟ מיט צוויי יאָר צוריק.

ווי האָט דער עולם זיך אָפּגערופֿן אויף אײַער איצטיקער פֿאָרשטעלונג „מאַכן סטאַלין זאָל לאַכן‟ — וועגן מיכאָעלס און דעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער?

דער אָפּרוף איז געווען אַ גוטער. דאָס איז בלויז געווען אַ פֿאָרלייענונג, און ס׳האָט געדויערט דרײַ און אַ האַלב שעה! אָבער ס׳רובֿ מענטשן זײַנען געבליבן ביזן סוף — עטלעכע האָבן אַפֿילו געזאָגט, אַז ס׳איז ניט צו לאַנג! און דאָס צווייטע מאָל האָבן די אַקטיאָרן באַקומען אַ שטייענדיקע אָוואַציע. מע דאַרף נאָך היפּש אַרבעטן אויף דעם, פֿאַרקירצן, אָבער ס׳איז גוטע סחורה און איך האָף, אַז מיר וועלן עס קענען שטעלן אין דער צוקונפֿט, נאָך „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟.

ווי אַזוי ביסטו טאַקע אָנגעקומען צו „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟?

איך טראַכט צו שטעלן די פּיעסע שוין די לעצטע פֿינף יאָר, אָבער איך האָב זייער לאַנג געזוכט דעם ייִדישן טעקסט. די ביבליאָטעקערין מרים־חיה סגל האָט פֿאַר מיר געפֿונען די מײַזעל־איבערזעצונג, אָבער איך האָב געוואָלט דעם אָריגינאַל, וואָס בולאָוו האָט געניצט אין זײַן באַרימטער אויפֿפֿירונג אין די 1950ער יאָרן. דאָס איז געלעגן אין דער ביבליאָטעק פֿון האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, און איך האָב זיך געשלאָגן מיטן קאָפּ אין דער וואַנט, ביז איך האָב עס אַרויסבאַקומען בײַ זיי. דערנאָך האָבן זיי געטענהט, אַז דאָס דרוקרעכט געהערט צו האַרוואַרד, און אַז מיר טאָרן עס ניט שפּילן — ביז זיי האָבן געפֿונען צווישן בולאָווס פּאַפּירן דעם קאָנטראַקט, וואָס בולאָוו און אַרטור מילער האָבן אונטערגעשריבן, וווּ עס שטייט בפֿירוש, אַז דאָס דרוקרעכט פֿאַר דער ייִדישער איבערזעצונג געהערט צו מילערן אַליין. פֿון די יורשים האָבן מיר באַקומען דאָס רעכט צו שפּילן די פּיעסע פֿערציק מאָל.

דוד מאַנדלבוים און שיין בייקער אין אַ סצענע פֿון „וואַרטן אויף גאָדאָ‟
Ron Glassman
דוד מאַנדלבוים און שיין בייקער אין אַ סצענע פֿון „וואַרטן אויף גאָדאָ‟

איז פֿאַר וואָס שפּילט איר בלויז 37 מאָל?

איינער פֿון אונדזערע אַקטיאָרן — דניאל קאַהן, וואָס שפּילט די ראָלע פֿון ביף — וועט אויספֿעלן עטלעכע טעג, און איך האָב אים אַזוי שטאַרק געוואָלט האָבן פֿאַר דער ראָלע, אַז איך בין געווען גרייט מוותּר צו זײַן אויף עטלעכע פֿאָרשטעלונגען.

פֿאַרן „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ איז עס פֿאָרט די גרעסטע זאַך, וואָס איר האָט ווען עס איז זיך אונטערגענומען.

ס׳איז אַ גרויסע זאַך, און אַ סך מענטשן האָבן מורא. מע האָט מיר געזאָגט: „טו עס נישט, ס׳איז צו שווער צו שטעלן צוויי גרויסע פּיעסעס אין אַ האַלב יאָר. וואַרט כאָטש מיט ׳2 פֿון וואָלף׳ ביז נאָך ‘טויט פֿון אַ סיילסמאַן’‟. אָבער אין טעאַטער דאַרף מען זײַן גרייט אײַנצושטעלן און אפֿשר צו פֿאַלן אויפֿן פּנים. האָב איך געזאָגט: צו וואָס? צי האָב איך יאָרן לאַנג געאַרבעט ווי אַ הונט און, סוף־כּל־סוף, באַקומען איצט די מעגלעכקייט צו שפּילן טעאַטער אויף אַן אמת — און ווער ווייסט, ווען איך וועל נאָך אַ מאָל האָבן אַזאַ געלעגנהייט — כּדי איך זאָל איצט ניט שפּילן? מיר האָבן אַן אַחריות פֿאַר דער טראַדיציע פֿון ייִדישן טעאַטער, און אַז מע קוקט אויף די ייִדישע פֿאָרשטעלונגען, וואָס מע האָט געשטעלט אין משך פֿון די לעצטע 20 יאָר, איז ניט צו פֿיל דאָ, וואָס מע קען רעקאָמענדירן. מיט „גאָדאָ‟ בין איך אָבער שטאָלץ: אַפֿילו ווען איך זאָל מער גאָרנישט אויפֿטאָן, האָב איך מיט דעם געטאָן עפּעס, וואָס האָט אַ היסטאָרישן ווערט. און „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟ האָט נאָך אַ גרעסערן פּאָטענציאַל.

ווי אַזוי ביסטו געקומען צו אַזאַ מדרגה?

שווערע אַרבעט, און עקשנות — איך האָב ניט אָפּגעלאָזט. אונדזער יערלעכער בודזשעט אין משך פֿון די לעצטע אַכט יאָר איז אין דורכשניט בלויז 25,000$! אַ מאָל בין איך עטלעכע יאָר געווען צעקריגט מיט דעם אָדער מיט יענעם טעאַטער־מענטש — אַקטיאָרן קענען דאָך זײַן שווערע פּאַסאַזשירן; אָבער איך בין שטענדיק צוריקגעקומען און געזאָגט, „איך וויל אַרבעטן מיט דיר‟. און אָפֿט האָב איך, סוף־כּל־סוף, געפּועלט. אײַ, וואָס מיר וואָלטן געקענט אויפֿטאָן מיט אַ פּאָר הונדערט טויזנט דאָלאַר!

דו האָסט ניט מורא, אַז אַלע דײַנע אייער ליגן אין איין קאָשיקל, אַזוי צו זאָגן? אַז עס מוז אומבאַדינגט זײַן אַ דערפֿאָלג?

וואָס הייסט, דערפֿאָלג? מע דאַרף מאַכן גוטע פֿאָרשטעלונגען — און מע דאַרף האָבן געלט. ס׳איז דאָ אַ ווערטל: ווי אַזוי קומט מען אָן אין „קאַרנעגי האָל‟? מע דינגט דעם זאַל!

און וואָס וועט זײַן ווײַטער?

נאָך מילערס פּיעסע פּלאַנירן מיר אַ ייִדישן נוסח פֿון דער קלאַסישער אַמעריקאַנער פּיעסע „וואַכט אויף און זינגט!‟ (!Awake and Sing) פֿון קליפֿאָרד אָדעטס. מיר ווילן אויך שטעלן קלאַסישע פּיעסעס פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר פֿאַר אַ נײַעם עולם, אַזוי ווי „דער דיבוק‟ און „גאָט פֿון נקמה‟. דערצו זוך איך יונגע אַקטיאָרן, וואָס ווילן שפּילן אויף דער ייִדישער בינע. מיר דאַרפֿן שאַפֿן אונדזער המשך, ווײַל קיין אַנדערע וועלן עס ניט שאַפֿן. דעריבער וועט „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ געבן סטיפּענדיעס פֿאַר אַ צוויי־דרײַ יונגע אַקטיאָרן, זיי זאָלן פֿאָרן אויף דער „וואָך אין ייִדישלאַנד‟, אָרגאַניזירט פֿון אַרבעטער־רינג און דאָרט אָנהייבן זיך צו לערנען ייִדיש. אַזוי פֿיל ייִדיש־זומער־פּראָגראַמען אויף דער וועלט, אָבער וויפֿל נײַע ייִדישע אַקטיאָרן קומען אַרויס פֿון זיי?

מע קען קויפֿן בילעטן אויפֿן וועבזײַטל פֿון „ניו־ייִדיש־רעפּ‟: //www.newyiddishrep.org