ייִדישע קונסט־ווערק פֿאָרן קיין סינסינעטי

Treasured Jewish Art Collection Heads to Cincinnati

עקספּאָנאַטן פֿון דער „קלוטשניק־זאַמלונג‟
Courtesy of B’Nai Brith International
עקספּאָנאַטן פֿון דער „קלוטשניק־זאַמלונג‟

פֿון פּאָל בערגער (Forward)

Published May 31, 2015, issue of June 26, 2015.

במשך פֿון 13 יאָר, נאָר 2002, איז די ריזיקע זאַמלונג פֿון איבער 1,500 ייִדישע קונסט־ווערק פֿונעם וואַשינגטאָנער „קלוטשניק־מוזיי‟, וואָס רעפּרעזענטירן אַ לאַנגן פּעריאָד פֿון דער תּקופֿה ביז די מאָדערנע צײַטן, געלעגן פֿאַרשפּאַרט אויף אַ סקלאַד. צוליב די פֿינאַציעלע מפּלות, האָט די אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע „בני־ברית‟, צו וועלכער עס געהערט דער מוזיי, געמוזט באַהאַלטן די קאָלעקציע. מיט דער הילף פֿון פֿאַרשיידענע שטיצער און שותּפֿים, האָט די אָרגאַניזאַציע געמאַכט זיכער, אַז דער מוזיי בלײַבט אַלעמאָל אָפֿן. די באַזוכער האָבן אָבער געקאָנט זען בלויז אַ קליינעם טייל עקספּאָנאַטן; דאָס רעשט איז געלעגן אין עפּעס אַ פֿאָרשטאָט פֿונעם שטאַט מערילענד, פֿאַרמאַכט אין אַ סקלאַד־בנין.

סוף־כּל־סוף, האָט „בני־ברית‟ באַשלאָסן צו דערמעגלעכן דעם ברייטן עולם ווידער צו באַקענען זיך מיט דער גרויסער מוזיי־קאָלעקציע — דאָס מאָל, אינעם „סקירבאָל־מוזיי‟ אין סינסינעטי. הגם די אָרגאַניזאַציע האָט עס אַנאָנסירט דעם 18טן מײַ ווי אַ „שותּפֿות־פּלאַן‟, האָט זי בעצם מנדבֿ געווען די גאַנצע זאַמלונג צו אַן אַנדער ייִדישער אינסטיטוציע.

די ניו־יאָרקער אָרגאַניזאַציע „בני־ברית‟, געגרינדעט אינעם יאָר 1843, איז אַמאָל געווען באַקאַנט ווי אַ מעכטיקער כּוח אין דער ייִדישער וועלט. אין אירע אַרכיוון ליגן מיליאָנען דאָקומענטן, געזאַמלט פֿון פֿאַרשיידענע צפֿון־אַמעריקאַנער צווײַגן. אַבי שוואַרץ, דער דירעקטאָר פֿונעם „סקירבאָל־מוזיי‟, האָט איבערגעגעבן, אַז פֿון הײַנט אָן וועלן די פֿאָרשער פֿון דער אַמעריקאַנער־ייִדישער געשיכטע אויך באַקומען אַ צוטריט צו דער „קלוטשניק־קאָלעקציע‟. במשך פֿון די קומענדיקע חדשים, וועט די מוזיי־אַדמיניסטראַציע צעפּאַקן, באַטראַכטן און דאָקומענטירן די גרויסע זאַמלונג, וואָס באַשטייט פֿון אַזעלכע פֿאַרשיידנאַרטיקע חפֿצים, ווי אַרכעאָלאָגישע געפֿינסן, מאָדערנע זילבערנע קונסט־ווערק און בייסבאָל־פּריזן.

אַמאָל איז דער „קלוטשניק־מוזיי‟ בײַ „בני־ברית‟ געווען אַ באַקאַנטע אינסטיטוציע, וואָס פֿלעגט צוציִען 100,000 באַזוכער אַ יאָר. צוליב די בודזשעט־צרות, האָט די אָרגאַניזאַציע געמוזט פֿאַרקויפֿן דעם מוזיי־בנין אין וואַשינגטאָן, אַריבערברענגען אַ קליינע צאָל מוזיי־חפֿצים אויפֿן שטח פֿון אַ קאָמערציעלן ביוראָ, און לאָזן ס׳רובֿ עקספּאָנאַטן אין אַ פֿאַרוואָרפֿענעם סקלאַד. נאָך אַ 13־יאָריקער סעריע פּרוּוון צו געפֿינען נײַע שטיצער, האָט מען איצט געמאַכט דעם אויספֿיר, אַז „בני־ברית‟ איז נישט בכּוח אונטערצוהאַלטן דעם מוזיי און מוז איבערגעבן די זאַמלונג צו אַ מוזיי, וואָס געפֿינט זיך אין אַן אַנדער שטאָט. דער „סקירבאָל־מוזיי‟ האָט אָבער דערקלערט, אַז לויטן אָפּמאַך מיט דער וואַשינגטאָנער ייִדישער היסטאָרישער געזעלשאַפֿטן, וועט זי באָרגן געוויסע עקספּאָנאַטן. די תּושבֿים פֿון דער אַמעריקאַנער הויפּטשטאָט וועלן צוליב דעם קאָנען נאָך אַלץ זען אַ טייל פֿון דער קאָלעקציע.