די געשיכטע פֿון אַרגענטינער ייִדן בײַם „גוגל‟

Google Exhibits History Of Argentina‘s Jews

די שיף „וועסער‟, וועלכע האָט געבראַכט די ערשטע גרופּע רוסישע ייִדן קיין אַרגענטינע.
די שיף „וועסער‟, וועלכע האָט געבראַכט די ערשטע גרופּע רוסישע ייִדן קיין אַרגענטינע.

פֿון ייִט״אַ

Published May 31, 2015, issue of June 26, 2015.

בשותּפֿות מיט דער קאָמפּיוטער־קאָרפּאָראַציע „גוגל‟, האָט דער ייִדישער קהילה־צענטער AMIA אין בוענאָס-אײַרעס פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער אינטערנעץ אַ זאַמלונג פֿון בילדער און טעקסטן וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון אַרגענטינע, אָנהייבנדיק פֿון די ערשטע ייִדן־אימיגראַנטן ביזן הײַנטיקן טאָג.

די אינטערנעץ־אויסשטעלונג, וואָס טראָגט דעם נאָמען „ייִדן אין אַרגענטינע, פֿון 1860 ביז 2015‟, האָט זיך געעפֿנט מיטוואָך, דעם 27סטן מײַ, אינעם בוענאָס־אײַרעסער שטאַב פֿון דער פֿירמע „גוגל‟, וואָס געפֿינט זיך אין דער נײַער געגנט פֿון דער שטאָט, פּוערטאָ־מאַדעראָ, נישט ווײַט פֿונעם שטאָטישן פּאָרט. בעת דער עפֿענונג־צערעמאָניע זענען אויפֿגעטראָטן דער וויצע־פּרעזידענט פֿונעם קהילה־צענטער, טאָמי סייג (סאַיעג); אַנאַ ווײַנשטיין, די דירעקטאָרין פֿונעם „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון מאַרק טורקאָוו‟ בײַ AMIA; און עלעאָנאָראַ ראַבינאָוויטש, די פֿאַרוואַלטערין פֿאַר באַציִונגען מיטן ציבור און דער רעגירונג בײַ „גוגל‟ אינעם דרומדיקן טייל פֿון לאַטײַן־אַמעריקע.

לויט די ידיעות פֿון דער אויסשטעלונג, באַטרעפֿט הײַנט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין אַרגענטינע בערך 220,000 נפֿשות. 85 פּראָצענט אָרטיקע ייִדן וווינען אין בוענאָס־אײַרעס; דאָס רעשט — צעשפּרייט איבער אַלע 54 ראַיאָנען פֿונעם לאַנד. דער אינטערנעץ־פּראָיעקט, אַ טייל פֿונעם קולטור־אינסטיטוט בײַם „גוגל‟, איז צוטריטלעך אויף ענגליש און שפּאַניש.

אויף דער הויפּט־זײַט פֿונעם פּראָיעקט ווערט דערציילט, אַז די ערשטע אָרגאַניזירטע גרופּע ייִדן, אימיגראַנטן פֿון פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און ענגלאַנד, האָבן זיך באַוויזן אין אַרגענטינע אין די 1860ער יאָרן. אינעם יאָר 1862 האָבן זיי געעפֿנט די ערשטע שיל. דערנאָך, איז אינעם לאַנד אָנגעקומען אַ נײַע גרופּע ייִדישע אײַנוואַנדערער פֿונעם שפּאַנישן מאַראָקאָ, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַן אייגענע קהילה אין 1891. די עיקר־אימיגראַציע האָט זיך אָבער אָנגעהויבן אינעם יאָר 1889, ווען די ערשטע 120 ייִדישע משפּחות זענען אַנטלאָפֿן קיין אַרגענטינע פֿונעם אַנטיסעמיטישן צאַרישן רוסלאַנד. דער באַראָן מאָריס הירש, אַ פּראָמינענטער דײַטשישער ייִד, האָט געהאָלפֿן די מיזרח־אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן צו שאַפֿן אַ גאַנצע נעץ פֿון צענדליקער לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס. צוליב דעם, איז אין אַרגענטינע אויפֿגעקומען די אוניקאַלע קולטור פֿון ייִדישע פֿאַרמער — „גאַוטשאָ‟.

די אינטעראַקטיווע וועבזײַט ווערט באַגלייט מיט היסטאָרישע פֿאָטאָגראַפֿיעס. דער „קולטור־אינסטיטוט‟ בײַם „גוגל‟ איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 2011, ווי אַ נישט־קאָמערציעלער פּראָיעקט, וואָס שטרעבט, בשותּפֿות מיט קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס, צו באַקענען די אינטערנעץ־באַנוצער מיט דער היסטאָרישער ירושה פֿון דער וועלט.

קוקט די נײַע וועבזײַט אָט דאָ:

https://www.google.com/culturalinstitute/u/0/exhibit/jews-in-argentina/AQoRjNFS?projectId=historic-moments