פֿילאָלאָגיע ווערט באַטאָנט אויף ייִדיש־קאָנפֿערענץ

Philology Stressed at Yiddish Conference


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published June 02, 2015, issue of June 26, 2015.

וואָס איז פֿילאָלאָגיע? דאָס איז אַ באַגריף, וואָס האָט אַ היפּש ביסל דעפֿיניציעס. בער באָראָכאָוו, אין זײַן אַרטיקל „די אויפֿגאַבן פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע‟, האָט אין יאָר 1913 פֿאָרגעלייגט אַזאַ טײַטש: „די פֿילאָלאָגיע זעצט … פֿאָרויס, אַז די שפּראַך, מיט וועלכער זי גיט זיך אָפּ, פֿאַרמאָגט אַ קולטור־היסטאָרישן ווערט לפּחות פֿאַר דעם עבֿר. געוויינטלעך, אָבער, גייט די פֿילאָלאָגיע נאָך ווײַטער און שטיצט זיך אויף דער איבערצײַגונג, אַז איר שפּראַך האָט אַ נאַציאָנאַלן ווערט אויך אין דער צוקונפֿט.‟ מיט אַנדערע ווערטער, באָראָכאָוו האָט פֿאָרגעלייגט צו האַלטן די וויסנשאַפֿטלעכע באַשעפֿטיקונג מיט פֿילאָלאָגיע פֿאַר אַ מין פּאַרטיייִשער אָנגעהעריקייט.

דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ דעפֿיניציע, וואָס קען ניט אָנגענומען ווערן אין אַ נאָרמאַלער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה. זי האָט גאָר אַנדערע טײַטשן פֿאַר אָט דעם באַגריף. מע קען זאָגן, אַז פֿילאָלאָגיע קאָמפּרעסירט די צײַט. אַזוי אָדער אָנדערש, מיינט עס, אַז פֿילאָלאָגן מוזן זײַן אַזוי באַהאַוונט אין דער שפּראַך און אין דער געהעריקער קולטור, זיי זאָלן קענען לייענען, ריכטיק פֿאַרשטיין און אַנאַליזירן די טעקסטן, געשריבן פֿאַר אַנדערע — אָפֿט מאָל זייער ווײַטע — דורות; למשל, צו קענען לייענען שלום־עליכמען און פֿאַרשטיין דערמיט אַלע ניואַנסן פֿון זײַנע אַלוזיעס און רמזים. צו טאָן עס אַזוי ווי מע פֿאָדערט פֿון די מומחים אין קלאַסישע, גריכישע און לאַטײַנישע טעקסטן — פֿון דעם פֿאַקטיש שטאַמט די קלאַסישע פֿילאָלאָגיע.

דאָס וואָרט „פֿילאָלאָגיע‟, וואָס מע הערט ניט בדרך־כּלל אין דער ענגליש־רעדנדיקער סבֿיבֿה, האָט אַ סך מאָל געקלונגען בעת דער ייִדיש־קאָנפֿערענץ, וואָס איז אין דער פֿאַרגאַנגענער וואָך דורכגעפֿירט געוואָרן אין ירושלים, אין דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט. אָרגאַניזירט איז זי געווען דורך צוויי פּראָפֿעסאָרן פֿון דעם אוניווערסיטעט: איה אלידע און אַבֿרהם נאָווערשטערן. אָרגאַניזירט און דורכגעפֿירט באמת זייער גוט, אין אַ פּראָפֿעסיאָנעלער, אָבער גלײַכצײַטיק אַ וואַרעמער אַטמאָספֿער. צופֿעליק, אָבער סײַ־ווי־סײַ סימבאָליש, האָט מען אונדז, די אָנגעפֿאָרענע אָנטיילנעמער, באַזעצט אין אַ האָטעל אויף דער גאַס, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים. און די דאָזיקע גאַס איז לעבן דער שלום־עליכם־גאַס.

די טעמע פֿון דער קאָנפֿערענץ איז געווען אַזאַ: „ייִדישע קולטור אין דער אַמאָליקער און הײַנטיקער וויסנשאַפֿט‟ www.hum.huji.ac.il/upload/_FILE_1432015873.pdf. ניט נאָר האָט מען דאָ און דאָרטן גערעדט וועגן פֿילאָלאָגיע, אָבער אַ סך, און אפֿשר אַפֿילו ס׳רובֿ, אָנטיילנעמער זײַנען, אין תּוך אַרײַן, געווען פֿילאָלאָגן — ניט אומבאַדינגט אין דעם פּאַרטיייִשן, באָראָכאָווישן זין, נאָר זיכער אין דעם קלאַסישן זין פֿון דעם וואָרט.

און דעם דאָזיקן פֿאַקט נעם איך אויף ווי אַ נס, ווײַל איך ווייס ניט, וווּ עס קען אַ סטודענט באַקומען הײַנטיקע טעג אַ פֿעסטע פֿילאָלאָגישע בילדונג אין און אַרום ייִדיש. איך ווייס, אַז צו שאַפֿן אַ פּראָגראַם פֿאַר אַזאַ אויסשולונג האָט בדעה דער ייִוואָ, און אַז אַ פּרטימדיקן פּראָיעקט פֿאַר אָט אַזאַ אויסשולונג האָט צוגעגרייט פּראָפֿעסאָר רחמיאל פּעלץ. איצט דאַרף מען האָפֿן, אַז עפּעס אַ ברייטהאַרציקער מענטש וועט געבן אויף דעם פּראָיעקט געלט.

אָבער דערווײַל קומען פֿאָר ניסים: מענטשן באַהערשן זייער גוט ייִדיש, און דערצו זאַפּן זיי אײַן די נייטיקע פֿילאָלאָגישע קענטענישן, אָן וועלכע ס’איז אוממעגלעך זיך ערנסט צו באַשעפֿטיקן מיט ייִדישער לינגוויסטיק און ליטעראַטור; און אַ קענער פֿון ייִדישער געשיכטע שאַט עס אויך ניט צו זײַן פֿילאָלאָגיש צוגעגרייט. וועגן דעם האָב איך געטראַכט, זיך צוהערנדיק צו די געראָטענע רעפֿעראַטן, וואָס ס‘האָבן געדעקט אַ ברייטע טעמאַטישע גאַמע. דעם טאָן האָט געגעבן די לעקציע פֿון חנה ווירט־נשר, וואָס האָט פֿאָרגעלייגט אַ טיפֿן אַנאַליז פֿונעם מצבֿ אין ייִדישער וויסנשאַפֿט, בפֿרט אין ליטעראַטור־קענטעניש. בעת דער קאָנפֿערענץ איז פּרעזענטירט געוואָרן פּראָפֿ’ נאָווערשטערנס נײַ בוך — אויף העברעיִש, אָבער וועגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור.

ענגליש איז געווען די שפּראַך פֿון דער קאָנפֿערענץ, כאָטש ייִדיש האָט, געוויינטלעך, דאָמינירט ווי די שפּראַך, אויף וועלכער מע האָט גערעדט בעת די הפֿסקות. דאָס איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר כּמעט אַלע ייִדיש־קאָנפֿערענצן, ווײַל מע וויל פֿאַרברייטערן דעם קרײַז מענטשן, וואָס קענען זיך באַטייליקן אין אַזעלכע צונויפֿקומענישן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס ס’איז דאָ אַ גרויסער אונטערשייד צווישן קענען רעדן אויף ייִדיש און קענען געבן אַן אַקאַדעמישן רעפֿעראַט אויף דער שפּראַך. דערצו זײַנען ניטאָ הײַנטיקע טעג קיין אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס אויף ייִדיש. ווי אַ פּועל־יוצא, הערשט ענגליש אין הילכות ייִדיש.