מאָטאָרמאַן, מאָטאָרמאַן
קלינג דעם גלאָק, קלינג דעם גלאָק!
אויטאָס טאַנצן דיר אין וועג
דורך די נעכט און דורך די טעג.
(שמעון נעפּאָם, „צו דעם מאָטאָרמאַן‟)
ווען איך האָב געהערט, אַז ס׳איז לעצטנס אַרויס אַ נײַע רעקאָרדירונג מיטן נאָמען „טראַמווײַ־לידער‟, האָב איך געטראַכט, אַז דאָס מוז זײַן אַ זאַמלונג פֿריילעכע זינגלידער פֿאַר קינדער. אין מײַן פֿאַנטאַזיע רופֿט דאָך אַרויס דער אימאַזש פֿון אַ טראַמווײַ אַזוינע אַסאָציאַציעס ווי אַ נאַיִווע הנאה האָבן פֿונעם לעבן, און דאָס זען די גרויסע וועלט צום ערשטן מאָל. באַשעוויס האָט אַפֿילו אַזאַ דערציילונג, אין וועלכער ער באַשרײַבט, אַז ווי אַ קינד האָט ער באַקומען אַ ביסל געלט פֿאַר אַ גאַנג, וואָס ער איז געגאַנגען, און איז געפֿאָרן אויף אַ טראַמווײַ אין וואַרשע. דער רעש און געטומל, די „מאָדנע‟ מענטשן פֿון דער מעטראָפּאָליע האָט ער לאַנג געדענקט.
אָבער ווען איך האָב זיך צוגעהערט צום קאָמפּאַקטל Tramvay Lider - Streetcar Songs, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער כּוח־הדמיון האָט מיך געפֿירט אויף אַ פֿאַלשן וועג. „טראַמווײַ־לידער‟ איז אַ זאַמלונג פֿון נײַע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס אויף די ווערטער פֿונעם טאָראָנטער פּאָעט שמעון נייפּאָם, געשאַפֿן פֿון טשאַרלז העלער, און איז אַן ערנסטער מעלאַנכאָלישער לידער־ציקל.
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט דער טאָראָנטער ייִדישער כּלל־טוער און שרײַבער דזשערי קיין דערציילט וועגן דעם ייִדישן פּאָעט נעפּאָם אין זײַן רובריק אין דער קאַנאַדער ענגלישער צײַטונג „קאַנאַדער ייִדישע נײַעס‟. ער האָט דאָרטן אָפּגעדרוקט נעפּאָמס ליד „דער קאָנדוקטאָר‟, און דערציילט, אַז ער פֿלעג פֿאָרן אויף נעפּאָמס טראַמווײַ, ווען ער איז געווען אַ קינד אין טאָראָנטאָ. ווען העלער האָט זיך נאָכגעפֿרעגט וועגן אים, האָט קיין אים געשיקט נאָך לידער פֿון נעפּאָם. „ווען איך האָב געלייענט די לידער, האָבן זיי אויף מיר געמאַכט אַ רושם — אַזוי ענלעך דאָך צו פֿראַנץ שובערטס ’ווינטער־רײַזע‘ — בילדער פֿון נאַכט, טונקלקייט, קעלט, שניי, דאַכטענישן און ספֿקות וועגן דעם דיכטערס אידענטיטעט‟, האָט העלער אונדז דערציילט אין אַ בריוו. די לידער האָבן אים אינספּירירט אַרויסצוגעבן די רעקאָרדירונג.
העלער שטאַמט פֿון לאָנדאָן און זײַן מאַמע האָט גערעדט ייִדיש, ווען זי איז אויפֿגעוואַקסן אין דער ייִדישער געגנט פֿון ווײַטטשעפּל. זי האָט נישט געוואָלט רעדן קיין ייִדיש מיט אים, אָבער ווען זי איז עלטער געוואָרן, האָט זי אים אויסגעלערנט אַ צאָל אויסדרוקן. זײַן טאַטע האָט געשטאַמט פֿון טשעכײַ און האָט אים אויסגעלערנט דײַטש. ווי אַ סטודענט אין קיימברידזשער אוניווערסיטעט, האָט ער אָנגעהויבן צו לייענען די ייִדישע ליטעראַטור, פּרץ און אַנדערע, און צו ביסלעך זיך אויסגעלערנט מאַמע־לשון.
צענדליקער יאָרן האָט העלער דיריגירט מיט אַ ייִדישן קהילה־כאָר אין טאָראָנטאָ, אין וועלכן ס׳רובֿ באַטייליקטע זענען געווען ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. האָט ער ווײַטער זיך געלערנט ייִדיש פֿון זיי. מיטן טאָראָנטער פּאָעט פּרץ מיראַנסקי און דעם חזן לויס דאַנטאָ האָט ער ווײַטער פֿאַרטיפֿט זײַן ייִדיש־קענטעניש. העלער דערציילט, אַז „אין דער ייִדישער פּאָעזיע געפֿין איך אוצרות‟. ער איז פֿאַרבונדן מיטן „קאַנאַדער מוזיק־צענטער‟ און האָט בעת זײַן קאַריערע מיטגעאַרבעט מיט שלמה קאַרלעבאַך און מאַרווין האַמליש. זײַנע מוזיקאַלישע ווערק האָט מען פֿאָרגעשטעלט איבער אייראָפּע און קאַנאַדע. דאָס ווערק „טראַמווײַ־לידער‟ האָט באַקומען אַ פּרעמיע אין טאָראָנטאָ אין 2012.
וועגן דעם פּאָעט שמעון נעפּאָם איז נישטאָ קיין סך ביאָגראַפֿישע פּרטים. ער איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע אין 1890 און האָט געאַרבעט ווי אַ טראַמווײַ־קאָנדוקטאָר אין טאָראָנטאָ מער ווי 20 יאָר. אין 1939 איז ער געשטאָרבן און אין זײַן לעצטער לידער־זאַמלונג „פֿון מײַנע טעג‟, וואָס איז אַרויס נאָכן טויט אין 1940, האָט ער אַ ציקל לידער „טראַמווײַ־לידער‟.
אין יענע טעג האָבן צוויי מענטשן געאַרבעט אויף יעדן טראַמווײַ — דער „מאָטאָרמאַן‟, וועלכער האָט געפֿירט דעם טראַמווײַ, און דער קאָנדוקטאָר, וועלכער האָט גענומען דאָס געלט פֿון די פּאַסאַזשירן, און אַן אויג געהאַלטן אויפֿן אייוועלע אין די קאַלטע טעג. נעפּאָמס לידער דריקן אויס די נודנעקייט, עלנטקייט ווי אויך די פֿיזישע שוועריקייט פֿון דער פּרנסה.
די אויגן פֿרעמד אויף הענט און הענט
זיי קוקן קאַלט און ווײַט.
די קאַר געפּאַקט, אויף ווײַסן טראַקט
דער פֿראָסט ער ברענט און שנײַדט.
(„אין געפּאַקטן טראַמווײַ‟)
אויפֿן קאָמפּאַקטל זינגט העלער, און עס באַגלייטן אים בראַם גאָלדהאַמער אויף דער פּיאַנע און רייטשעל פּאָמעלדי אויפֿן טשעלאָ. העלערס באַריטאָן־שטים איז צוגעפּאַסט צו דער טונקעלער שטימונג פֿון נעפּאָמס לידער און קען אויך איבערגעבן מיט געפֿיל אַנדערע שטימונגען וואָס „כאַפּן‟ זיך אַרײַן דאָ און דאָרט. אין נעפּאָמס ליד „טראַמווײַ־רעקלאַמעס‟ באַמערקט דער דיכטער די אַלע שילדן וואָס לויפֿן פֿאַרביי…
הענגען שרײַענדיקע שילדן
אין טראַמווײַ אויף אַלע ווענט — *
*מייפּל־צוקער, הײַנטס־ספּאַגעטי,
ספּירמענט־גאָם און „קרים‟ פֿאַר הענט.
אַ דאַנק העלערס קלאַסישן מוזיקאַלישן צוגאַנג צו די לידער, פֿילט מען די טיפֿע עמאָציעס פֿון נעפּאָם, און מען אַנטדעקט אַ דיכטער און זײַן טרויעריקע וועלט, וואָס וואָלט געבליבן אומבאַקאַנט.
העלער האָט פֿילמירט אַ קליינעם ווידעאָ אויף אַ טראַמווײַ, אין וועלכן ער דערציילט וועגן דעם נעפּאָם־טראַמווײַ־פּראָיעקט. גיט אַ קוועטש אויפֿן וואָרט “campaign” https://d2pq0u4uni88oo.cloudfront.net/projects/1594090/video-494259-webm.webm
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.