די אַרמענער נעמען אָפּ אַ משל פֿון די ייִדן

Armenians are Learning By Jewish Example

אַ סעסיע אויף דער „לסאַראַן‟־קאָנפֿערענץ
Facebook
אַ סעסיע אויף דער „לסאַראַן‟־קאָנפֿערענץ

פֿון ייִט״אַ

Published June 02, 2015, issue of June 26, 2015.

מער ווי 300 רוסישע אַרמענער האָבן זיך באַטייליקט אין אַ קאָנפֿערענץ אין מאָסקווע, וואָס איז אינספּירירט געוואָרן פֿון די „לימוד‟־קאָנפֿערענצן בײַ ייִדן.

די אונטערנעמונג, „לסאַראַן‟ [דאָס אַרמענישע וואָרט פֿאַר לימוד אָדער לערנען], וואָס איז פֿאָרגעקומען די פֿאַרגאַנגענע וואָך, איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס נישט־ייִדן האַלטן אָפּ אַ קאָנפֿערענץ אויפֿן סמך פֿון „לימוד‟, זינט די יערלעכע טראַדיציע האָט זיך אָנגעהויבן מיט 30 יאָר צוריק אין ענגלאַנד, האָט אַ וואָרטזאָגער פֿון „לימוד אינטערנאַציאָנאַל‟ געזאָגט דער ייִט״אַ.

כּדי זיך צוצוגרייטן צו „לסעראַן‟, האָבן אירע אָרגאַניזירער זיך באַטייליקט אין עטלעכע „לימוד‟־קאָנפֿערענצן אין מאָסקווע, אָרגאַניזירט פֿון Limmud FSU, אַ נישט־פּראָפֿיט אָרגאַניזאַציע געגרינדעט אין 2006, וואָס פֿירט דורך „לימוד‟־קאָנפֿערענצן איבערן געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און אויך אין אַנדערע לענדער, וווּ עס געפֿינען זיך רוסיש־רעדנדיקע ייִדן, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן יענע קהילות און דערנענטערן די באַטייליקטע צו מדינת־ישׂראל.

„די יונגע אַרמענער אין מאָסקווע האָבן נישט געהאַט קיין סך דערפֿאַרונג בײַם שאַפֿן אַ קולטורעלע פֿאַרבינדונג איינער צום צווייטן, אָדער אַ געפֿיל פֿון אַ ציבור,‟ האָט עווגעניאַ טעריאַן, איינע פֿון די אָרגאַניזירער פֿון „לסאַראַן‟, געזאָגט. „האָבן מיר זיך געוואָנדן צו דער ייִדישער קהילה, וואָס האָט אַ סך ענלעכקייטן מיט אונדזער פֿאָלק, און מיר האָבן געפֿונען אַ פּאַסיקן מוסטער בײַם Limmud FSU.‟

אין מאַרץ האָט טעריאַן זיך געריכט, אַז עס וועלן קומען בערך 200 מענטשן, אָבער אַ דאַנק די מעלדונגען אין „פֿייסבוק‟, האָבן אַ סך מענטשן זיך פֿאַרשריבן אין דער לעצטער מינוט, האָט דערקלערט טאַטיאַנאַ פּאַשאַעוואַ, די פּראָיעקט־פֿאַרוואַלטערין פֿון „לימוד‟ אין רוסלאַנד, וועלכע האָט זיך באַטייליקט אין „לסאַראַן‟ אין איינעם מיט עטלעכע אַנדערע „לימוד‟־אָרגאַניזירער.

די באַטייליקטע אין „לסאַראַן‟ האָבן, ווי די אָנטיילנעמער אין „לימוד‟, געהערט לעקציעס, קאָנצערטן און אָנטיילגענומען אין פֿאַרשידענע וואַרשטאַטן. צוויי פֿון די לעקציעס האָבן אַרומגערעדט די טעמע, דער אַרמענישער גענאָציד, מיט 100 יאָר צוריק.

אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט „לימוד‟, וואָס האָט אַ באַצאָלטן פּערסאָנאַל און באַקומט פֿאָנדן פֿאַר אירע אַקטיוויטעטן, איז „לסאַראַן‟ אין גאַנצן דורכגעפֿירט געוואָרן דורך וואָלונטירן. די אָרגאַניזירער האָבן אויסגעלייגט בערך $4,600 פֿון דער אייגענער קעשענע, און זוכן איצט מנדבֿים און ספּאָנסאָרס פֿונעם אַרמענישן ייִשובֿ אין רוסלאַנד, וואָס זאָלן דעקן די הוצאָות און העלפֿן פֿאַרוואַנדלען „לסאַראַן‟ אין אַ יערלעכער געשעעניש.