ראָלע פֿון מוסולמענער אין איראַקער פּאָגראָם פֿון 1941

Muslim Role in the Iraqi Pogrom of 1941


פֿון שולמית בינה (Forward)

Published June 02, 2015, issue of June 26, 2015.

ס׳רובֿ אַמעריקאַנער און אייראָפּעיִשע ייִדן ווייסן בכלל נישט וועגן דעם „פֿאַרכוד‟, דער באַגדאַדער פּאָגראָם אויף ייִדן דעם 1־2טן יוני 1941. די בליִענדיקע בבֿלישע קהילה, וואָס האָט דאָרט געלעבט 2,400 יאָר לאַנג, איז אויך אומבאַקאַנט דער מערבֿ־וועלט.

די ייִדן האָבן זיך געפֿילט היימיש אין איראַק און זיך געהאַלטן פֿאַר געטרײַע איראַקער. בײַ זיי איז דער „פֿאַרכוד‟ געווען אַ פּערזענלעכע און קאָמונאַלע טראַגעדיע, אַזוי ווי די דײַטשע ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרן חורבן זיך געהאַלטן פֿאַר דײַטשע פּאַטריאָטן.

הײַנט הערט מען בײַ געוויסע לאַנג־פֿאַרטריבענע איראַקער ייִדן און זייערע קינדער ווידער אַ מין בענקעניש נאָכן פֿאַרלוירענעם ייִדישן באַגדאַד, און זיי באַמיִען זיך אָנצוהאַלטן אַ פֿאַרבינדונג מיט די פֿאַרטריבענע איראַקער מוסולמענישע אינטעלעקטואַלן.

אָבער אפֿשר זאָלן די ייִדן איבערקלערן זייער „שותּפֿותדיקייט‟ מיט זייערע מוסולמענישע קאָלעגעס. הגם אַ טייל ייִדן זענען טאַקע געראַטעוועט און אויסבאַהאַלטן געוואָרן פֿון זייערע מוסולמענישע שכנים, מוז מען אָבער האַלטן אין זינען, אַז ס׳רובֿ פֿון די מוסולמענער האָבן עס נישט געטאָן. ווען ס׳וואָלט דעמאָלט געווען אַן אמתע ברודערשאַפֿט צווישן די ייִדן און אַראַבער אין איראַק, וואָלטן נישט אַזוי פֿיל ייִדן דערהרגעט געוואָרן אינעם „פֿאַכוד‟. דאָס וואָס 180 ייִדן זענען אויסגעשאָכטן געוואָרן אין בלויז צוויי טעג (און טויזנטער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, ווי אויך אַ ריזיקער היזק פֿון פֿאַרמעגנס), איז אַ סימן, אַז די רויִקע ייִדישע עקזיסטענץ אין איראַק איז בלויז געווען אַן אילוזיע פֿונעם ייִדישן קוקווינקל. דערפֿאַר זענען בלויז די ייִדן געווען אַזוי דערשלאָגן פֿונעם פּאָגראָם און עס געשילדערט ווי אַ קאָלאָסאַלע טראַגעדיע; די אַראַבישע שרײַבער האָבן אין זייערע שריפֿטן עס קוים דערמאָנט.

הגם דער „פֿאַרכוד‟ איז נישט פּלאַנירט געוואָרן אין נאַצי־בערלין ווי אַ טייל פֿון דער „לעצטגילטיקער לייזונג‟, האָט די נאַצי־פּראָפּאַגאַנדע זיכער געשפּילט אין דעם אַ ראָלע, בפֿרט דורכן דײַטשן שליח, פֿריץ גרובאַ, און דורכן ירושלימער מופֿטי, וואָס איז אין דער צײַט פֿונעם פּאָגראָם ממש געווען אויפֿן וועג זיך אָנצושליסן אינעם נאַצי־רעזשים אין דײַטשלאַנד. דער „פֿאַרכוד‟ איז דעריבער געווען אַן אינטעגראַלער טייל פֿון די געשעענישן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, און במילא אַ טייל פֿונעם גלאָבאַלן קאַמף צווישן דײַטשלאַנד און בריטאַניע.

זינט דער גרינדונג פֿון אַן אומאָפּהענגיקער איראַק אין 1932, האָבן ס׳רובֿ פֿון אירע ייִדן באַשלאָסן צו בויען אַ צוקונפֿט אין איראַק אַנשטאָט אָנצונעמען די אידעאַלן פֿון ציוניזם און פּרוּוון עולה זײַן קיין ישׂראל. זיי זענען געווען איראַקער פּאַטריאָטן, און אַפֿילו די סאָציאַליסטן האָבן גיכער זיך אָנגעשלאָסן אין דער איראַקער קאָמוניסטישער פּאַרטיי איידער אין דער סאָציאַליסטיש־ציוניסטישער.

דער „פֿאַרכוד‟ איז אפֿשר נישט דער פּאַסיקסטער סימבאָל פֿון די ייִדישע־אַראַבישע באַציִונגען אין איראַק במשך פֿון דער געשיכטע, אָבער ס׳האָט יאָ רעפּרעזענטירט דעם „אָנהייב פֿונעם סוף‟ פֿון דער איראַקער ייִדישער קהילה, וואָס איז אין ווייניקער ווי צען יאָר אין גאַנצן פֿאַרטריבן געוואָרן און — נישט האָבנדיק קיין אַנדערע ברירות — האָבן די ייִדן געמוזט זיך באַזעצן אין ישׂראל.

דאָס וואָס צענדליקער אַראַבער האָבן יאָ באַשוצט זייערע ייִדישע שכנים, קאָן נישט פֿאַרגלעטן דעם פֿאַקט, אַז דער „פֿאַרכוד‟ איז געווען, נישט מער און נישט ווייניקער, ווי אַ געמיש פֿון אַראַבישן נאַציאָנאַליזם, נאַציסטישן אַנטיסעמיטיזם און איראַקישן נאַציאָנאַלן קאַמף, וואָס האָט באַוויזן צו מאַכן אַ סוף צו דער אוראַלטער ייִדישער קהילה.