ייִדישע קולטור — אַן עפֿנטלעכער שמועס

Jewish Culture - An Open Discussion


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 03, 2015, issue of June 26, 2015.

די טעמע, פֿאַרבונדן אַרום דער ייִדישער נאַציאָנאַלער קולטור שוועבט אין דער לופֿטן, און ווערט אָדער אויסגעמיטן, אָדער פֿאַרמינערט אינעם אַלגעמיינעם קאָנטעקסט פֿון ייִדישן לעבן אין פֿאַרשידענע לענדער; אָדער פֿאַרביטן מיט אַנדערע נייטראַלע באַגריפֿן און טערמינען.

האָבן מיר זיך געוואָנדן צו אַ ריי אָנגעזעענע ייִדישע פֿאָרשער צו אַנטוויקלען אַ דיסקוסיע אַרום דער דעפֿיניציע ווי „נאַציאָנאַלע קולטור בײַ ייִדן‟. צי קאָן די קולטור (ליטעראַטור) אויף דער לאַנדשפּראַך, נאָר אויף ייִדישע טעמעס דעפֿינירט ווערן ווי נאַציאָנאַל, צי ווי אַ טייל פֿון דער לאַנדקולטור (ליטעראַטור)? „צי קאָן מען דעפֿינירן די קולטור אויף ייִדיש ווי נאַציאָנאַלע ייִדישע קולטור‟?

מיר פֿאַרבעטן אונדזערע לייענער זיך צו באַטייליקן אין דעם אַקטועלן שמועס.

מיכאל קרוטיקאָוו האָט זיך ערשט אומגעקערט פֿון דער קאָנפֿערענץ אין ירושלים, וווּ ס׳זײַנען אין תּוך אַרומגערעדט געוואָרן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון אָט די וויכטיקע פֿראַגעס.


װען פֿאָרשער פֿון ייִדיש קומען זיך צונױף, קערט זיך זײער שמועס אַזױ אָדער אַנדערש צוריק צו דער אַלטער קשיא: צי איז ייִדיש אַ שפּראַך װי אַלע שפּראַכן, װאָס לאָזט זיך אױסלערנען און שטודירן מיט אַלגעמײנע פּעדאַגאָגישע און װיסשאַפֿטלעכע מיטלען, אָדער איז עס עפּעס אַ יוצא־דופֿן, אַ שפּראַך, װאָס, װי דער שרײַבער מיכה־יוסף בערדיטשעװסקי האָט געזאָגט, איז געגעבן געװאָרן דעם ייִדישן פֿאָלק אױף באַרג־סיני? די טרעפֿונג אין דעם ירושלימער אוניװערסיטעט, װאָס איז פֿאָרגעקומען סוף מײַ, איז ניט געװען קײן אױסנאַם. עס זײַנען אַפֿילו אױפֿגעפֿלאַקערט געוואָרן הײסע װיכּוחים, װאָס טרעפֿט זיך ניט אַזױ אָפֿט אױף אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן הײַנט־צו־טאָג.

איז אַקעגן װאָס זשע גײט עס? פֿון אײן זײַט, טענהט מען, אַז װעגן ייִדיש דאַרף מען שרײַבן, דער עיקר, אױף ייִדיש, אױב ניט, איז כאָטש אױף העברעיִש, װײַל װען מען שרײַבט אױף אַ לע״ז, מוז מען דערקלערן אַ סך פֿאַקטן און באַגריפֿן; און בכלל האָט עס ניט דעם ריכטיקן טעם. דער צד־שכּנגד האַלט, אַז אַזױ װי ענגליש איז געװאָרן אַ נײַ לאַטײַן, אַן אינטערנאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון װיסנשאַפֿט, מוז מען בלית־ברירה שרײַבן אױף ענגליש, בפֿרט אױב מע װיל דערגרײכן אַ ברײטערן עולם, מחוץ די ייִדישיסטישע יחידי־סגולה. דערצו קאָן מען אױך צוגעבן, אַז ענגליש פֿאַרמאָגט אױך אַן אַנטװיקלטן אַנאַליטישן און טעאָרעטישן װאָקאַבולאַר, װאָס איז אָנגענומען צװישן די קולטור־פֿאָרשער אַרום דער גאַנצער װעלט.

אָבער דאָס איז ניט אַלץ. אין די לעצטע צענדליק יאָר זײַנען דערשינען װיכטיקע ייִדיש־פֿאָרשונגען אױך אױף אַנדערע אײראָפּעיִשע שפּראַכן, קודם־כּל, אױף דײַטש, פֿראַנצױזיש און פּױליש, װי אױך אױף שפּאַניש, רומעניש און רוסיש. מיט דער צײַט װעט זײער צאָל װערן אַלץ גרעסער, װײַל דײַטשלאַנד און פּױלן זײַנען שױן געװאָרן װיכטיקע צענטערס פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג. און צום באַדױערן, איז כּמעט קײן איין װיכטיקע פֿאָרשונג נאָך ניט איבערגעזעצט געוואָרן אױף ענגליש, שױן אָפּגערעדט פֿון ייִדיש אָדער העברעיִש. קומט מען װידער צוריק צו דער פֿראַגע פֿונעם לײענערישן עולם: למי אני עמל, פֿאַר װעמען איז מײַן טירחה? — װי עס האָט געזאָגט דער גרױסער העברעיִשער דיכטער יהודה־לײב גאָרדאָן מיט אַן אַנדערטהאַלב יאָרהונדערט צוריק.

קײן פּשוטער ענטפֿער אױף דער דאָזיקער פֿראַגע איז אַװדאי ניטאָ. און דאָס ברענגט אונדז צו אַ ברײטערער פֿראַגע, װעגן דעם שײַכות צװישן ייִדיש־פֿאָרשונגען און דער ייִדישער קולטור. װאָס איז אַזױנס די ייִדישע קולטור הײַנט, און װי װײַט װערט זי באַװירקט דורך דער פֿאָרשערישער אַרבעט? װען ייִדיש איז געװען די בשותּפֿותדיקע שפּראַך פֿון שרײַבער, קריטיקער, פֿאָרשער, זשורנאַליסטן, אַקטיאָרן — דעמאָלט האָבן אָט די אַלע צװײַגן פֿון קולטור גערעדט אײנער מיטן אַנדערן אױף אײן שפּראַך. איצט, װען מען שרײַבט אַ רעצענזיע אױף אַן ענגליש בוך אױף ייִדיש, באַקומט מען אַ בקשה פֿון דעם פֿאַרלאַג אָדער דעם מחבר, איבערצוזעצן דעם טעקסט אױף ענגליש. ניט לאַנג צוריק פֿלעגט דער ענגלישער „פֿאָרװערטס‟ פֿון מאָל צו מאָל קומען צו הילף, אָבער איצט זײַנען זײ מסתּמא פֿאַרנומען מיט װיכטיקערע פּראָבלעמען אײדער פּאָפּולאַריזירן דעם „זשאַרגאָן‟.

הײַנט שאַפֿט מען ייִדישע ליטעראַטור אױף כּלערלײ שפּראַכן, אָבער די גורלות פֿון איבערזעצונגען זײַנען פֿאַרשידענע. למשל, גערי שטײנגאַרט איז זײער פּאָפּולער אין אַמעריקע, אָבער אין רוסלאַנד האַלט מען זײַנע ביכער פֿאַר ביליקן שונד; און אַזעלכע חשובֿע רוסיש־ייִדישע שרײַבער װי גריגאָרי קאַנאָװיטש אָדער אינאַ לעסאָװאַיאַ זײַנען לגמרי ניט באַקאַנט אױף ענגליש, הגם דער דײַטשישער, פֿראַנצױזישער, און פּױלישער לײענער ווייסט קאַנאָװיטשס װערק. דער סאַמע סקאַנדאַליעזער פֿאַל איז מסתּמא מאַשע ראָלניק. אירע ביכער װעגן װילנער געטאָ זײַנען איבערגעזעצט אױף אַכצן שפּראַכן, אָבער ניט אױף ענגליש! איז דאַכט זיך, אַז דער ענין פֿון איבערזעצונג וואָלט געדאַרפֿט הײַנט זײַן די צענטראַלע פּראָבלעם פֿון דער אַלװעלטעלכער קולטור פֿון ייִדן. פֿון דעם שטאַנדפּונקט איז ענגליש דװקא ניט קײן אינטערנאַציאָנאַלע שפּראַך, װײַל די אַמעריקאַנער פֿאַרלעגער האָבן אַ קנאַפּן אינטערעס צו אַנדערע שפּראַכן.

װען עס קומט צו דער ליטעראַטור אױף ייִדיש, איז דער ענין פֿון איבערזעצונג אפֿשר דער װיכטיקסטער. אַזױ װי מען לערנט ניט ייִדיש אין די שולן, באַקענען זיך די צוקונפֿטיקע פֿאָרשער מיט דער ייִדישער ליטעראַטור לכתּחילה אױף אַן אַנדער שפּראַך, כּסדר אױף זײער אײגענעם מאַמע־לשון. יעדער לשון האָט זײַן אײגענעם ייִדישן קאַנאָן אין דער איבערזעצונג. אין פּױליש, למשל, קאָן מען איבערלײענען אַלטער קאַציזנעס ראָמאַן „שטאַרקע און שװאַכע‟, בעת אױף ענגליש איז קאַציזנע באַקאַנט װי אַ פֿאָטאָגראַף און ניט װי אַ שרײַבער בכלל. זלמן שניאורס בוך „שקלאָװער ייִדן‟ איז ניט לאַנג צוריק דערשינען אין אַ פּרעכטיקער רוסישער איבערזעצונג, הגם אױף ענגליש װײסט מען אין גאַנצן ניט װעגן דעם דאָזיקן בוך. דער ענין פֿון קאַנאָן, אַן אױסגעקליבענעם קאָרפּוס פֿון ליטעראַרישע װערק, װאָס מען לײענט כּסדר אין שול, איז גאַנץ קאָמפּליצירט אױף ייִדיש. צומאָל כאַפּן זיך די אָנהײבנדיקע פֿאָרשער צו צו עפּעס אַ ליד אָדער אַ דערצײלונג, װאָס זײ באַטראַכטן אָן שום פֿאַרשטאַנד פֿון דעם ברײטערן „קאַנאָנישן‟ קאָנטעקסט, און קומען צו מאָדנע אױספֿירן.

די מאָדערנע ייִדישע קולטור איז אַנדערש פֿון „נאָרמאַלע‟ נאַציאָנאַלע קולטורן, װײַל זי האָט עקזיסטירט אין גאָר פֿאַרשידענע לענדער און קולטורן. אין דעם זין קאָן מען זאָגן, אַז ייִדיש איז פֿון סאַמע אָנהײב אָן געװען „פּאָסט–נאַציאָנאַל‟. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט די ייִדישע קולטור געדינט װי אַ װיכטיקער מיטל בײַם אַנטװיקלען דאָס מאָדערנע ייִדישע נאַציאָנאַלע באַװוּסטזײַן; און אין דעם זין איז זי טאַקע טיף־נאַציאָנאַל. און דװקא דער דאָזיקער ייִדישער נאַציאָנאַלער קאָמפּאָנענט מאַכט זי אינטערעסאַנט פֿאַר ניט־ייִדישע פֿאָרשער, בפֿרט אין פּױלן און דײַטשלאַנד, װוּ מען װיל אַרײַנברענגען דעם ייִדישן קאָמפּאָנענט אין דער קולטור־געשיכטע פֿון זײערע לענדער.

קײן קלאָרער און אײנדײַטיקער ענטפֿער אױף דער פֿראַגע וועגן דער ייִדישער נאַציאָנאַלער קולטור קאָן מסתּמא ניט זײַן. מען װעט אַלע מאָל זיך ראַנגלען צװישן „יאָ‟ און „נײן‟, צװישן פֿאַרשידענע דעות, פּונקט אַזױ װי עס האָבן זיך געראַנגלט דורות ייִדישע דענקער, פּאָליטיקער און ליטעראַטן זינט דער השׂכּלה–תּקופֿה. און אפֿשר איז אַזאַ מין חקירות טאַקע דער עצם פֿון דער ייִדישער קולטור? כּל־זמן מען האָט נאָך פֿאַרשידענע דעות, הײסט עס, אַז די ייִדישע קולטור לעבט און אַנטװיקלט זיך װײַטער, אױף ייִדיש, העברעיִש און אַנדערע שפּראַכן אױך.