די שטאָט יבֿנה אינעם צענטראַלן טייל פֿון ישׂראל איז הײַנט באַקאַנט ווי אַן אָרט, וווּ עס וווינען אַ סך פּאָליציאַנטן און אַרמיי־אָפֿיצירן. אַמאָל איז עס אָבער געווען אַ צענטער פֿון כּלערליי נאַרקאָטיקן, אַרײַנגערעכנט פֿאַרשיידענע פֿאַרשיכּורנדיקע און האַלוצינאָגענישע שטאָפֿן.
דאָ גייט אַ רייד וועגן גאָר אַן אַלטער תּקופֿה. מיט 3000 יאָר צוריק, ווען אינעם דאָזיקן ראַיאָן האָבן געוווינט די פּלישתּים — דאָס אוראַלטע פֿאָלק, וואָס האָט באַזעצט דעם צענטראַלן און דרומדיקן ראַיאָן פֿון ארץ־כּנען — האָבן זיי זיך כּסדר באַנוצט מיט נאַרקאָטישע שטאָפֿן; דאָס איז געווען אַן אינטעגראַלער טייל פֿון זייער קולטור און רעליגיעזע ריטואַלן. בײַ אַ סך אַנדערע אײַנוווינער פֿון די מיטל־לענדישע ים־ברעגן איז עס אויך געווען אָנגענומען.
אין אַ סך אוראַלטע קולטורן האָט מען זיך באַנוצט מיט פֿאַרשיידענע פֿלאַנצן, וואָס קאָנען ווירקן אויפֿן מענטשלעכן באַוווּסטזײַן און אַרויסרופֿן האַלוצינאַציעס. בעת פֿאַרשיידענע מיסטישע און גײַסטיקע ריטואַלן, האָט עס דערמעגלעכט צו דערפֿילן אַן אינטענסיוון עקסטאַז. מע איז זיך אויך משער, אַז געוויסע שטאָפֿן האָט מען גענוצט ווי אַנעסטעזיע־מיטלען, כּדי צו אַנטווייטיקן די באַטייליקטע אין געוויסע צערעמאָניעס, וואָס האָבן געהאַט צו טאָן מיט פֿיזישע ייִסורים.
אינעם ירושלימער „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟, בשותּפֿות מיט דער ישׂראלדיקער אַנטיק־אינסטאַנץ, ווערט איצט צוגעגרייט אַן אויסשטעלונג מיטן נאָמען „סעקס, נאַרטאָטיקן און ראָק׳נ׳ראָל‟, וווּ מע וועט ווײַזן, ווי אַזוי מע פֿלעגט פּראָדוצירן און אײַננעמען די פּסיכאָ-אַקטיווע שטאָפֿן אין די פֿאַרצײַטישע צײַטן, אויפֿן סמך פֿון די אַרכעאָלאָגישע פֿאָרשונגען אין יבֿנה. די וויסנשאַפֿטלער האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנאַליזירן די שפּורן פֿון די שטאָפֿן און צו רעקאָנסטרויִרן די אַמאָליקע טעכנאָלאָגיעס.
די פֿאָרשונגען רעפּרעזענטירן דעם עלטסטן באַקאַנטן היסטאָרישן באַנוץ פֿון די געוויקסן, וואָס געהערן צו דער משפּחה Hyoscyamus — באַקאַנט אויף ייִדיש ווי דאָס שיגעון־גראָז און אויף ענגליש ווי Henbane. אינעם יאָר 2002, ווען די אַדמיניסטראַציע פֿון יבֿנה האָט געאַרבעט אין אַ פּאַרק, האָט מען דאָרטן פּלוצעם געפֿונען אַן אוראַלטע גרוב פֿון די פּלישתּים. די אַרכעאָלאָגן האָבן דאָרטן אַנטדעקט אַ גאַנצע ריי צערעמאָניאַלע אָביעקטן, וואָס אַ טייל פֿון זיי האָבן געהאַט צו טאָן מיט נאַרקאָטישע שטאָפֿן.
די פֿאָרשער האָבן דערקלערט, אַז ס׳איז נישט געווען גרינג צו אַנאַליזירן די שפּורן פֿון די אוראַלטע פֿלאַנץ־מאַטעריאַלן, ווײַל זיי זענען כּמעט אינגאַנצן צעשטערט געוואָרן במשך פֿון אַזאַ לאַנגער צײַט. צום סוף, האָט זיך זיי אָבער אײַנגעגעבן צו דעטעקטירן די אָפּגעהיטע באַזונדערע אָרגאַנישע מאָלעקולן אין די פּאָרעס פֿון די אַנטדעקטע ליימענע כּלים, און צו באַשטעטיקן, וואָס פֿאַר אַ סחורה די אוראַלטע תּושבֿים פֿונעם ראַיאָן האָבן דאָרטן געהאַלטן.
דאָס שיגעון־גראָז בלײַבט נאָך אַלץ באַקאַנט ווי אַ נאַרקאָטישער פֿלאַנץ אינעם ראַיאָן. ד״ר דבֿורי נמדר האָט איבערגעגעבן, אַז אַ טייל בעדויִנען האָבן ליב צו קײַען דאָס דאָזיקע גראָז. דער ווײַטערדיקער אַנאַליז האָט געוויזן, אַז די פּלישתּים פֿלעגן אויך, ווי מע איז זיך משער, גרייטן האַלוצינאָגענישע מאַטעריאַלן פֿון מושקאַט־ניס. הײַנט טרעפֿן זיך אויך בעלנים, וואָס באַנוצן זיך מיטן דאָזיקן פּראָדוקט אויף אַזאַ אופֿן. די מושקאַט־ניס אַנטהאַלטן אַ געוויסן שטאָף זייער ענלעך צום פּאָפּולערן הײַנטצײַטיקן נאַרקאָטיק „עקסטאַזי‟.
נמדר האָט באַמערקט, אַז אַחוץ די דערמאָנטע צוויי שטאָפֿן, זענען בײַ די פּלישתּים געווען פֿאַרשפּרייט אַ גאַנצע ריי אַנדערע נאַרקאָטישע שטאָפֿן און שיכּורע געטראַנקען. זי האָפֿט, אַז דער ווײַטערדיקער כעמישער אַנאַליז וועט דערמעגלעכן גענוי צו באַשטעטיקן, וועלכע מינים אַנדערע פּסיכאָ־אַקטיווע מאַטעריאַלן פֿלעגן די אַמאָליקע תּושבֿים פֿונעם ראַיאָן באַנוצן בעת זייערע צערעמאָניעס. די פֿאָרשערין האָט צוגעגעבן, אַז אין דער צוקונפֿט וועלן די וויסנשאַפֿטלער אויך בעסער פֿאַרשטיין דעם אוראַלטן נאַרקאָטיק־האַנדל. עס קאָן זײַן, אַז געוויסע שטאָפֿן האָט מען פּראָדוצירט אויפֿן אָרט, און די אַנדערע — געבראַכט פֿון איבערן ים. אַחוץ די פּלישתּים, האָבן די אַנדערע אוראַלטע פֿעלקער געקאָנט פֿאָרלייגן אייגענע מינים סחורה. אַזעלכע כעמישע אַנאַליזן פֿון אַרכעאָלאָגישע געפֿינסן איז אַ נײַ געביט אין וויסנשאַפֿט, וואָס ווערט איצט אַקטיוו אַנטוויקלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.