אין מײַ 1948, בין איך געגאַנגען באַרג-אַראָפּ אויף דער מאַרקעט־סטריט אין סאַן־פֿראַנציסקאָ און באַמערקט אַ קליינעם קינאָ־טעאַטער, אויף וועלכן ס׳איז געהאַנגען דער צייכן „די ייִדן קעמפֿן פֿאַר זייער מלוכה‟.
צום ערשטן מאָל האָב איך זיך געמאָלט ערנסט פֿאַרטראַכט, אַז נישט אַלע ייִדן, להיפּוך צום פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ פֿון יענער צײַט, זענען פּחדנים, וועלכע ווילן בשום־אופֿן נישט דינען אין דער אַרמיי. אַדרבה, די ייִדישע סאָלדאַטן האַלטן אַ מלחמה קעגן פֿיר שׂונא־אַרמייען אין פּאַלעסטינע. אין גיכן, ווען דאָס לערן-יאָר אינעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט האָט זיך שוין כּמעט פֿאַרענדיקט, האָב איך באַשלאָסן זיך אײַנצושליסן ווי אַ פֿרײַוויליקער סאָלדאַט אין דער מלחמה, וועלכע האָט געבראַכט צו דערקלערן די אומאָפּהענגיקייט פֿון מדינת־ישׂראל.
איך בין געווען צווישן בערך 4,000 אַנדערע סאָלדאַטן פֿון 57 לענדער, וועלכע האָב זיך באַטייליקט אין דער ישׂראלדיקער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה. אויף העברעיִש האָט די דאָזיקע גרופּע געהייסן „מח״ל‟ — „מתנדבֿי חוץ לאָרץ‟ — וואָלונטירן פֿון אויסלאַנד. אַ טייל געשיכטעס וועגן די דאָזיקע סאָלדאַטן זענען לעצטנס געוויזן געוואָרן אויפֿן עקראַן אין צוויי פֿילמען, וואָס דערציילן וועגן די פּילאָטן, וועלכע האָבן פֿאַקטיש געגרינדעט די ישׂראלדיקע לופֿט־כּוחות.
הגם די אויפֿטוען פֿון אַזעלכע אויסלענדישע מיליטער-לײַט האָבן טאַקע געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער ישׂראלדיקער געשיכטע, גלייב איך פּערזענלעך, אַז דער וויכטיקסטער בײַשטײַער איז געווען די מאָראַלישע שטיצע. ווען די ייִדן אין ארץ־ישׂראל האָבן דערזען, אַז טויזנטער סאָלדאַטן, לאַוו־דווקא ייִדן, האָבן באַשלאָסן אָנצוקומען פֿון אַרום דער וועלט און אָנטיילצונעמען אין זייער קאַמף, האָט עס צוגעגעבן מוט די אָרטיקע קעמפֿער.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די מאָטיוון פֿון די קעמפֿער זענען נישט אַלעמאָל געווען אידעאַליסטישע. איך האָב געדינט אין דער אַמעריקאַנער פּעכאָטע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. נאָך די מיליטערישע אַקציעס קעגן די נאַציס אין פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד, האָב איך זיך לאַנג נישט געקאָנט באַרויִקן און באַשלאָסן זיך צו באַטייליקן אין אַן אַנדער מלחמה. מיט ציוניזם האָב איך זיך צום ערשטן מאָל באַקענט אין בערלין, אין די 1930ער יאָרן; מילא, האָב איך געטראַכט, ס׳איז כּדאַי צו שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע מלוכה.
דער אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט איז געווען דווקא נישט צופֿרידן, אַז געוויסע מענטשן פֿאָרן אין אַן אַנדער לאַנד, כּדי זיך צו באַטייליקן דאָרטן אין אַ פֿרעמדער מלחמה. אָפֿטמאָל האָט מען אָפּגעזאָגט צו געבן אַ דערלויבעניש צו פֿאָרן קיין פּאַלעסטינע. מע וואָלט אויך געקענט צוליב דעם פֿאַרלירן די אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט. אַ געהיימער סאַן־פֿראַנציסטער אַגענט פֿון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע „אַדמה ועבֿודה‟ („די ערד און די אַרבעט‟), מיטן צענטער אין מאַנהעטן, האָט מיר געהאָלפֿן זיך, קודם, דערקלײַבן ביז פֿראַנקרײַך. מיט אַ באַן, בין איך אָנגעקומען פֿון פּאַריז קיין מאַרסיי, און פֿון דאָרטן — קיין פּאַלעסטינע.
איין מאָל, האָבן מיר באַקומען דאָס טשעכישע געווער, לכתּחילה געמאַכט פֿאַר דער דײַטשישער אַרמיי און באַצירט מיט די האַקנקרייצן. ווען מיר האָבן באַשאָסן די עגיפּטישע טאַנקען, האָב איך זיך פֿאַרטראַכט וועגן דער היסטאָרישער איראָניע פֿון דער דאָזיקער סצענע. אַלע סאָלדאַטן אין אונדזער טייל זענען געווען פֿון ענגליש־שפּראַכיקע לענדער. דער ייִנגסטער האָט געהייסן דזשייסאָן פֿענטאָן — אַ 16־יאָריקער בריטישער יאַט, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן אַן אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר פֿון ליטעראַטור אין דרום־קאַליפֿאָרניע. דער עלסטער איז געווען אַ 40־יאָריקער אַמעריקאַנער אימיגראַנט, אַ געבוירענער אין פּוילן.
אַ סך היסטאָריקער האָבן שפּעטער פֿאַרזען די ראָלע פֿון די אויסלענדישע וואָלונטירן אין דער ישׂראלדיקער מלחמה פֿאַר אומאָפּהענגיקייט. פֿאַר אונדז אָבער בלײַבט עס, מסתּמא, דער וויכטיקסטער אויפֿטו אינעם לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.