(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אינעם ישׂראלדיקן קולטור־צענטער איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש, געווידמעט דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, דער מינדלעכער געשיכטע און דעם היסטאָרישן זיכּרון. דעם רעפֿעראַט האָט געהאַלטן עלינאַ יאָפֿע, אַ מיטאַרבעטאָרין פֿונעם ערשטן מאָסקווער ייִדישן מוזיי און פֿון רוסלענדישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, אָנטיילנעמערין פֿון עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס קיין בעסאַראַביע און בוקאָווינע. עלינאַ יאָפֿעס דערציילונגען האָבן זיך באַזירט אויף די מאַטעריאַלן פֿון אינטערוויוען סײַ מיט ייִדן, סײַ מיט ניט־ייִדן, וואָס לעבן איצט אין די געגנטן, וווּ עס האָט פֿאַר דער מלחמה געלעבט אַ ייִדישע באַפֿעלקערונג. זי האָט דערציילט פֿון דעם קולטורעלן ייִדיש־סלאַווישן און ייִדיש־רומענישן סינטעז און זײַן השפּעה אויפֿן ייִדישן פֿאָלקלאָר.
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט פֿאַרבעטן קיין מאָסקווע דעם גרויסן קענער פֿון ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע, פּראָפֿעסאָר מאיר בוזאַגלאָ פֿונעם ירושלימער אוניווערסיטעט. זײַן רעפֿעראַט האָט געהייסן „ווען רמב״ם האָט זיך געטראָפֿן מיט אײַנשטיינען‟ — די רייד זײַנען געגאַנגען וועגן דער אַלטער דיסקוסיע פֿון מעשׂה־בראשית, אַ מחלוקת צווישן אַריסטאָ און פּלאַטאָן און זייערע נאָכגייער, בתוכם די צאָלרײַכע אַראַבישע פֿילאָסאָפֿן, ווי אויך רמב״ם און שפּינאָזע. בוזאַגלאָ האָט אויך אָפּגעשאַצט די ביידע פּאָזיציעס פֿונעם קוקווינקל פֿון דער איצטיקער פֿיזיק און וויסנשאַפֿט־פֿילאָסאָפֿיע.
די פֿונדאַציע „אַבֿי־חי‟, וואָס האָט יאָרן-לאַנג געשטיצט ייִדישע אויפֿטוען אין רוסלאַנד, בתוכם דעם פּראָיעקט „אשכּולות‟, האָט דערקלערט, אַז זי שטעלט אָפּ איר אַרבעט אין רוסלאַנד. דער הויפּטפּונקט פֿון איר טעטיקייט ווערט אַריבערגעפֿירט קיין ישׂראל, וווּ אין צענטער פֿון ירושלים געפֿינט זיך שוין לאַנג דער „בית אַבֿי חי‟. כּדי צו פּראַווען דעם סיום פֿון דער אַרבעט אין רוסלאַנד, האָט די פֿונדאַציע אָרגאַניזירט אַ גרויסע פֿײַערלעכע וועטשערע, וואָס אויף איר זענען פֿאַרבעטן געוואָרן כּמעט אַלע טוער פֿון דער ייִדישער בילדונג און קולטור אין מאָסקווע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.