אינעם לאַנד פֿון קעץ, „לא‟ און ציון

In the Land of Cats, Thou Shalt Not and Zion

וווּ די קעץ מעגן גייען, האָב איך ניט געטאָרט…
Getty Images
וווּ די קעץ מעגן גייען, האָב איך ניט געטאָרט…

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published June 04, 2015, issue of June 26, 2015.

אויף ייִדיש זאָגט מען: „אַ גאַסט אויף אַ ווײַל זעט אויף אַ מײַל‟, און ס׳ליגט דאָך אין דעם ווערטל אַ שטיקל אמת; באַזוכער פֿון אַ פֿרעמדער סבֿיבֿה דערזעען אָפֿט זאַכן, וואָס די דאָרטיקע מענטשן באַמערקן זיי ניט, אָדער ווערן צו זיי צוגעוווינט. דער גאַנצער זשאַנער פֿון „רײַזע־זכרונות‟ הענגט דאָך אָפּ פֿונעם אײַנרעדעניש, אַז דער רײַזע־שרײַבער וועט „זען אויף אַ מײַל‟, ד״ה קענען אין גיכן פֿאַרשטיין דאָס אָרט, און עס פּרטימדיק איבערגעבן פֿאַר זײַנע לייענער, ווי אַזוי די זאַכן וואָס ער האָט געזען, שפּיגלען אָפּ די געזעלשאַפֿט פֿונעם לאַנד.

אַ ישׂראל־גאַסט, אָבער, האַלט איך, זעט ניט אויף אַ מײַל, נאָר אפֿשר בלויז אויף אַ פֿוס, ווײַל ישׂראל פֿאַרמאָגט הײַנט זייער אַ קאָמפּליצטירטע געזעלשאַפֿט, וווּ עס טרעפֿן זיך אָפֿט אַ סך סתּירותדיקע זאַכן מיט אַ מאָל. אויב מע פֿאָרט, למשל, אין מאה־שערים, זעט מען גאָר אַן אַנדער ישׂראל, ווי אין תּל־אָבֿיבֿ, שוין אָפּגערעדט פֿון אַן אַראַבישן קוואַרטאַל אין חיפֿה. האָב איך ניט מיט מײַנע אייגענע רײַזע־אײַנדרוקן קיין פּרעטענזיעס צו דערקלערן, חלילה, קיין גרויסע געזעלשאַפֿטלעכע פֿענאָמענען.

ניטאָ קיין פּאָליטיק

אין אַמעריקע דויערן די נאַציאָנאַלע וואַל־קאַמפּאַניעס מער ווי אָנדערהאַלבן יאָר, און אַפֿילו נאָך די וואַלן הערט מען ניט אויף צו אַמפּערן זיך וועגן זייערע רעזולטאַטן, כּמעט ביז דעם קומענדיקן וואַל־טאָג. אין ישׂראל, אָבער, ווי אין ס׳רובֿ לענדער, דויערן די וואַל־קאַמפּאַניעס בלויז אַ פּאָר חדשים. צוליב דעם וואָס ישׂראל האָט לעצטנס דורכגעמאַכט זייער אַ שטאַרק־באַקעמפֿטע וואַל־קאַמפּאַניע, אין וועלכער אַ סך פּאָליטיקער האָבן זיך באַנוצט מיט גאָר מיאוסע באַליידיקונגען קעגן זייערע מתנגדים, האָב איך געמיינט, אַז מע וועט דאָרט רעדן שטענדיק בעת מײַן באַזוך וועגן פּאָליטיק. אַ נעכטיקער טאָג! קיינער האָט פֿאַר מיר ניט דערמאָנט די וואַלן, און אויף די גאַסן האָט מען ניט געזען קיין שום סימנים, אַז מע האָט זיי נאָר וואָס דורכגעפֿירט. איך האָב געפֿרעגט אַ דאָרטיקן חבֿר, פֿאַר וואָס די ישׂראלים רעדן אַזוי ווייניק וועגן פּאָליטיק, און ער האָט מיר דערקלערט, אַז די לעצטע וואַלן האָבן ממש געדריקט אויפֿן האַרצן פֿון דער גאַנצער געזעלשאַפֿט, און אַז די וואַלן זענען אַפֿילו געווען טראַוומאַטיש פֿאַר געוויסע מענטשן, וואָס האָבן אין זיי געזען סימנים, אַז פֿאַרשידענע סעקטאָרן פֿון דער געזעלשאַפֿט האַלטן אין ווערן צעשפּאָלטן. אפֿשר ליגט אין דעם אַ שטיקל אמת. עס זעט מיר אויס, אַז אַזוי ווי ס׳איז ניט שיין אין אַמעריקע צו רעדן מיט פֿרעמדע וועגן געלט אָדער רעליגיע, איז אין ישׂראל ניט שיין צו רעדן מיט פֿרעמדע וועגן פּאָליטיק.

סעקס, סעקס, סעקס!

ס׳איז ברייט באַוווּסט צווישן די יונגע אַמעריקאַנער ייִדן, אַז אַ סך מענטשן פּאָרן זיך צונויף און האָבן סעקס אויף די „געבורטס רעכט‟־רײַזעס. עס טרעפֿט זיך, אָבער, אַז אויב אַ טוריסט וויל האָבן סעקס, דאַרף ער קיין „געבורטסרעכט‟־גרופּע בכלל ניט. מע דאַרף עס אַפֿילו ניט ספּעציפֿיש זוכן, ווײַל עס וואַרפֿט זיך. ממש אין די אויגן!

גייענדיק אויף דער גאַס, האָב איך דערהערט דעם זשום פֿון אַ פּאָר מאָטאָציקלען און מיט אַ מאָל האָב איך דערפֿילט, ווי עפּעס אַ האַרט פּאַפּיר שטעקט מיר אינעם אויג אַרײַן. אַרום מיר זענען געפֿאַלן הונדערטער וויזיט־קאַרטלעך מיט בילדער פֿון נאַקעטע נקבֿות און גרעבלעכע דערקלערונגען, וואָס זיי זענען גרייט צו טאָן לשם פּרנסה. אַזוי ווי, להבֿדיל, די חרדים אין ירושלים, וואָס וואַרפֿן פּאַשקווילן פֿאַרן אַרײַנגאַנג אין די שילן, כּדי מודיע צו זײַן, וואָס מע זאָל טאָן, כּדי צו גיין אויפֿן דרך־הש״ס, וואַרפֿן די „וווילע יונגען‟ אין תּל־אָבֿיבֿ זייערע „פּאַשקווילן‟, כּדי מע זאָל וויסן, ווי אַזוי צו גיין אויפֿן דרך־התּאווה.

די קינדער זענען „בסדר‟

די אַמעריקאַנער, וואָס פֿאָרן אין ישׂראל באַמערקן אָפֿט, אַז קינדער, אַפֿילו גאָר יונגע, גייען אַליין אויף דער גאַס, פֿאָרן אין אויטאָבוסן און וואַרטן אַפֿילו אויף אַ „טרעמפּ‟ (אונטערצופֿאָרן) בײַ דער זײַט פֿונעם שאָסיי. אין אַמעריקע האַלט מען שטענדיק אַן אויג אויף די קינדער און מע זעט גאַנץ זעלטן, אַז אַ קינד, אַפֿילו פֿון 12 אָדער 13 יאָר, זאָל ערגעץ פֿאָרן אַליין. לעצטנס, האָט מען אַפֿילו אָנגעהויבן צו אַרעסטירן די עלטערן, וואָס לאָזן זייערע קינדער פֿון 7—8 יאָר אַליין צו גיין צו פֿוס אַ פּאָר בלאָק פֿון דער היים ביז צו דער שול.

איך האַלט פּערזענלעך, אַז די אַמעריקאַנער אָבסעסיע מיט האַלטן שטענדיק אַן אויג אויף די קינדער און זיי קיינמאָל ניט פֿרײַ לאָזן צו זען די וועלט און אַנטוויקלען בײַ זיך אַ ביסל אומאָפּהענגיקייט, שעדיקט ניט בלויז די קינדער אַליין, נאָר די גאַנצע געזעלשאַפֿט, ווײַל עס בײַט ממש די מענטשלעכע פּסיכאָלאָגיע אויף אַ גאַנץ לעבן.

אין ישׂראל וועט מען, אַ פּנים, פֿון אַזעלכע פּראָבלעמען ניט לײַדן, ווײַל די „סאַברעס‟ האָבן אַ געזונטן צוגאַנג צו זייערע קינדער. דאָרטן לאָזט מען זיי שפּילן פֿראַנק און פֿרײַ אויף דער גאַס, פֿאָרן אין פּאַרק און אויספֿאָרשן זייער אַרומיקע סבֿיבֿה. עס קען זײַן, אַז די ישׂראלים האָבן מער צוטרוי צו זייערע קינדער ווי די אַמעריקאַנער. מיר דאַכט זיך, אָבער, אַז דער הויפּט־פֿאַקטאָר איז, וואָס זיי האָבן מער צוטרוי צו פֿרעמדע און מיינען, אַז אויב עפּעס וועט, חלילה, געשען מיט זייער קינד, וועט אַ פֿאַרבײַגייער זיכער העלפֿן. אין אַמעריקע האָבן ניט ס׳רובֿ מענטשן, ליידער, אַזאַ צוטרוי.

קעץ, קעץ, קעץ!

אַ קאַץ פֿאַרן „לוי‟־בנין אין תּל־אָבֿיבֿ
Getty Images
אַ קאַץ פֿאַרן „לוי‟־בנין אין תּל־אָבֿיבֿ

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס איך האָב אַ פּאָר מאָל אויסגעפֿאָרשט דעם ענין, איז מיר קיינמאָל ניט אויסגעקומען זיך צו דערוויסן פּינקטלעך, פֿאַר וואָס עס זענען דאָ אַזוי פֿיל ווילדע קעץ אויף די גאַסן פֿון תּל־אָבֿיבֿ. די גאַסן־קעץ זענען אומעטום: פֿאָרנט פֿון געשעפֿטן און טעאַטערס, אויף די ביימער, אויף בענק און טרעפּ און אַפֿילו אויף דער „טיילת‟ (פּראָמענאַד) לעבן דעם ים. איך האָב אַ פּאָר מאָל זיך אָפּגעשטעלט אויף דער גאַס, כּדי צו מאַכן אַ בילד פֿון אַ קאַץ אויף אַן אַבסורדיש אָרט, למשל, אויף אַ גאַסן־שילד זעקס פֿיס אין דער הייך.

„ניט פֿאַר קיין ייִדן‟

די אַלט־שטאָט פֿון ירושלים איז איינע פֿון די סאַמע אינטערעסאַנסטע ערטער אויף דער וועלט. צווישן די שמאָלינקע געסעלעך און מויערן געפֿינען זיך די הייליקסטע ערטער פֿאַר די מוסולמענער, קריסטן און ייִדן. אַ שאָד, וואָס הײַנט זענען די מענטשן ניט מסוגל זיך צו טיילן מיט דעם הייליקן שטיקל ערד.

גייענדיק דורך דער אַלט־שטאָט, בין איך געוואָרן דערשטוינט, ווי קליין עס איז באמת דער הייליקער שטח. נאָך דעם, וואָס איך בין פֿאַרבײַגעגאַנגען דעם כּותל־מערבֿי, בין איך אַרײַנגעגאַנגען אינעם מוסולמענישן קוואַרטאַל און, ניט וויסנדיק, אַרײַגעגאַנגען אין אַ הויף מיט פּרעכטיקע סאָסנע־ביימער. אַ סאָלדאַט האָט מיך אָפּגעשטעלט: „גיי צוריק: ס׳איז בלויז פֿאַר מוסולמענער‟. איך האָב גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז עס האַנדלט זיך וועגן דעם הר־הבית, בין איך אַהין פֿאַרגאַנגען נאָר ווײַל די אַלט־שטאָט איז אַפֿילו קלענער, ווי עס האָט אויסגעזען אויף מײַן מאַפּע.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס איך האָב ניט געהאַט קיין כּוונה אַרײַנצוגיין און פֿאַרשאַפֿן עמעצן צרות, האָב איך ניט געקענט אויסמײַדן צו קלערן, ווי אַבסורדיש עס איז, אַז אַ ייִדישער סאָלדאַט זאָל מיך מוזן אָפּשטעלן און ניט לאָזן טרעטן אויפֿן באָדן, וווּ שלמה המלך האָט געהאַלטן זײַנע פֿערד, און וווּ מײַנע אָבֿות האָבן געדינט זייער גאָט.