ווער האָט הײַנט צײַט פֿאַרן חורבן?

Who has time for the Holocaust?

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published June 05, 2015, issue of June 26, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

האָט מען פֿאַרבעטן אַ פּאָר געראַטעוועטע פֿרויען, וועלכע האָבן אַדורכגעמאַכט דעם גיהנום, זיי זאָלן דערציילן וועגן דעם „האָלאָקאָסט‟. האָט יעדע איינע פֿון די לעבן־געבליבענע פֿרויען דערציילט אַ ביסעלע וועגן דעם שוידער און דער ייִדישער פֿאַרניכטונג. די מיידלעך האָבן זיך שטאַרק צוגעהערט און צוגעזאָגט אָנצושרײַבן אַ פֿאָרשטעלונג, געווידמעט דעם חורבן.

איז געקומען דער טאָג ווען די נאַיִווע דראַמע האָט געדאַרפֿט געשטעלט ווערן, די בינע איז געווען גרייט, די ליכט־פּראָזשעקטאָרן קאָנצענטרירט אויף די אָנטיילנעמער און די פּויקן האָבן געפּויקט. דער פֿאָרהאַנג איז געווען גרייט, די אַקטריסעס, אָנגעטאָן אין געקעסטלטע קליידער, אָבער מיטן מאָמענט, ווען מען האָט דעם פֿאָרהאַנג געעפֿנט האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער עולם איז נישט געקומען, און דער זאַל איז געווען געפּאַקט מיט ליידיקע בענקלעך. עס האָט זיך יאָ באַוויזן דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אויפֿפּאַסער אויפֿן בנין.

וואָס האָב איך צו זאָגן דערצו? נעמט אַזאַ ייִדישע לוקסוסדיקע, פֿרומע אַקאַדעמיע, וווּ מען האָט די יונגע חבֿרה נישט געלערנט די ייִדישע געשיכטע, די ייִדישע ליטעראַטור און קולטור — איז זיכער זיי פֿרעמד, איז פֿון וואַנען זאָלן זיי וויסן וועגן דער תּקופֿה, ווען ייִדישע קדושים זײַנען געגאַנגען אויף קידוש השם, אָבער בעסער געזאָגט, געטריבן געוואָרן צום טויט און פֿאַרניכטונג; צווישן זיי אויך צדיקים און פֿרומע ייִדן, פֿרײַע ייִדן, רביים, רבנים, קליינע קינדער און אַלטע לײַט? אָבער אַז מ’לאָזט אויס די ייִדישע געשיכטע פֿון אַ קוריקולום, פֿונעם יערלעכן לערנפּלאַן, און מ’שילדערט אין די פֿרומע ייִדישע שולן, אַז מיטן מאָמענט, וואָס מיר האָבן באַקומען די תּורה, מיטן תּלמוד, אויפֿן באַרג־סיני ביז הײַנט, האָבן מיר אין די צוויי טויזנט יאָר גלות גאָרנישט אויפֿגעטאָן, אַ חוץ פּאָגראָמען — איז ווי אַזוי האָט מען זיך פֿאַרשטענדיקט אין די צוויי טויזנט יאָר גלות?

אויף אַראַמעיִש? אויף לשון־קודש? צי אויף דער לאַנד־שפּראַך? אפֿשר אויף שטום־לשון, אַ סימן, אַז די לעצטע טויזנט יאָר איז די ייִדישע צונג אַטראָפֿירט און אָפּגעדאַרט געוואָרן. איז הײַנט געקומען די העכסטע צײַט מען זאָל אַרײַנקוקן אין דער גענעאַלאָגיע אָדער פֿאַרפֿאַסן אַ משפּחה־בוים און אויסגעפֿינען, אַז אַן עלטער־עלטער־עלטער־זײדע איז געווען אַ פֿערד־גנבֿ…

איז דען אַ וווּנדער, אַז קיינער האָט זיך נישט באַוויזן אין זאַל, דער עיקר, פֿאַרפֿעלט די חורבן־דראַמע. די עלטערן זײַנען געווען פֿאַרנומען מיט זייערע קאַריערעס, באָבע־זיידע געפֿינען זיך אין פֿלאָרידע, וווּ זיי שפּילן גאָלף, מאַרזשאַן אָדער ברידזש. די פֿאַרצווײַגטע משפּחות זײַנען צעזייט און צעשפּרײט איבערן גאַנצן לאַנד… איז ווער זאָל קומען? צו וואָס קומען? די לערער זײַנען פֿאַרנומען מיט צוגרייטן די מאָרגנדיקע לעקציעס און דער דירעקטאָר הינקט אויף זײַן עבֿרי. דער עיקר, אונדזערע קינדער באַקומען אַ ייִדישע דערציִונג אויפֿן שפּיץ מעסער…

איז פֿון וואַנען וועט קומען די ישועה אויף אונדז? ווי זאָגט מען בײַ אונדז, זאָל זיך גאָט זאָרגן, און לויט דעם ווי ער האָט זיך געזאָרגט ביז אַהער, קען מען זיך אויף אים גוט פֿאַרלאָזן…