דאָנערשטיק, דעם 4טן יוני, ווען ישׂראל האָט אַטאַקירט די אָביעקטן אינעם עזה־פּאַס, וואָס זענען, מעגלעך, פֿאַרבונדן מיט דער טעטיקייט פֿון „אײַסיס‟, האָט מען איבערגעגעבן, אַז די מיליטאַנטן פֿון דער דאָזיקער ראַדיקאַל־איסלאַמיסטישער גרופּע זענען צוגעקומען נאָענט צום אוראַלטן קבֿר אין איראַק, וווּ עס ליגט, לויט דער לעגענדע, דער תּנ״כישער נבֿיא נחום. די איראַקישער ייִדן באַזוכן פֿון דור צו דור די שטאָט אַל־אוש, וווּ דער קבֿר געפֿינט זיך, און באַטראַכטן עס ווי אַ הייליק אָרט. ביז די 1950ער יאָרן, פֿלעגן זיך דאָרטן פֿאַרזאַמלען טויזנטער ייִדן און פּראַווען בײַם קבֿר דעם יום־טובֿ שבֿועות. אַ טייל פֿון די פּילגרימען האָבן פֿאַרבראַכט אין דער שטאָט גאַנצע צוויי וואָכן.
דער קבֿר געפֿינט זיך אין אַן אַלטער פֿאַרלאָזטער שיל. אַסיר סאַלאַם שאַדזשאַ, אַן אַסירישער קריסט, פֿירט אַן אויפֿזיכט איבער דעם היסטאָרישן אָרט. ווען די אָרטיקע ייִדישע קהילה איז אַנטלאָפֿן פֿון איראַק, האָבן די ייִדן געבעטן זײַן טאַטן און זיידן נישט צו לאָזן דאָס הייליקע אָרט אויף הפֿקר.
שאַדזשאַ האָט געזאָגט דער צײַטונג „האָרץ‟, אַז אויב „אײַסיס‟ קומט אַרײַן אין זײַן שטאָט, קאָנען זיי צעשטערן דעם אַלטן קבֿר צוזאַמען מיטן שיל־בנין. די מיליטאַנטן באַזירן זיך שוין 10 מײַל פֿון דער שטאָט. דער שומר אַליין האָט באַטאֵָנט, אַז אויב זײַן משפּחה וועט אַנטלויפֿן פֿונעם לאַנד, וועט ער אויך נישט בלײַבן אין איראַק. ער האָפֿט אָבער, אַז זײַן ברודער און פּלימעניקעס וועלן ווײַטער האַלטן אַן אויג אויפֿן לעגענדאַרן מקום־מנוחה פֿונעם תּנ״כישן צדיק.
אינעם זעלבן טאָג, דאָנערשטיק, האָבן די ישׂראלדיקע לופֿט־כּוחות באָמבאַרדירט דרײַ אָביעקטן אינעם עזה־פּאַס, ווי אַן ענטפֿער אויף דעם ראַקעט־אַטאַק מיט אַ טאָג פֿריִער. די מיליטערישע אינסטאַנצן האָבן איבערגעגעבן, אַז די באָמבאַרדירטע ערטער זענען געווען אַ טייל פֿון דער „טעראָריסטישער אינפֿראַסטרוקטור‟.
דעם 3טן יוני, אין אָוונט, זענען צוויי ראַקעטן אַרויסגעשאָסן געוואָרן פֿונעם עזה־ראַיאָן און זענען געפֿאַלן אויף אַ ליידיקן שטח צווישן אַשקלון און נתיבֿות. קיינער האָט נישט געליטן און קיין הײַזער זענען נישט צעשעדיקט געוואָרן.
משה יעלון, דער ישׂראלדיקער שוץ־מיניסטער, האָט באַשולדיקט „כאַמאַס‟ אינעם אַטאַק און באַמערקט, אַז זײַן רעגירונג וועט נישט שווײַגן, ווען דאָס לעבן פֿון ישׂראלדיקע בירגעט ווערט געשטעלט אין סכּנה. די ראַדיקאַל־איסלאַמיסטישע גרופּע „אָמאַר־בריגאַדעס‟ האָט אָבער איבערגעגעבן אויפֿן „טוויטער”, אַז זי נעמט דאָס אַחריות פֿאַר דער ראַקעט־שיסערײַ און צוגעגעבן, אַז דאָס איז געווען אַ רעאַקציע אויף דעם, וואָס „כאַמאַס‟ האָט דינסטיק, דעם 2טן יולי, דערהרגעט אַ שטיצער פֿון „אײַסיס‟. די דאָזיקע גרופּע, וואָס שילדערט די ייִדן ווי „שׂונאים פֿון גאָט‟, באַציט זיך צו ישׂראל און „כאַמאַס‟ מיט דער זעלבער שׂינאה, און האָט אַ שײַכות צו „אײַסיס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.