די פּוילישע רעגירונג האָט אָפּגעהאַלטן די פּלאַנירטע בויערײַ־אַרבעט איבערן קאָנטראָווערסאַלן דענקמאָל אינעם געוועזענעם נאַצי־לאַגער סאָביבאָר. די אַקטיוויסטן, וועלכע זענען נישט צופֿרידן מיטן פּראָיעקט, האָבן איבערגעגעבן, אַז דערווײַל האָט זיך אײַנגעגעבן איבערצוצײַגן די מלוכישע אינסטאַנצן אָפּצושטעלן דעם פּראָיעקט.
דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָט דער פּוילישער מיניסטעריום פֿון קולטור און דער ישׂראלדיקער חורבן־מוזיי „יד־ושם‟ דורכגעפֿירט פֿאַרהאַנדלונגען וועגן דעם מעגלעכן היזק פֿונעם דענקמאָל; די בויערײַ קאָן שאַטן די אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען אויפֿן אָרט פֿונעם געוועזענעם טויט־לאַגער און וועט מחלל זײַן דאָס אַש פֿון די נאַצי־קרבנות, וואָס ליגט דאָרטן באַערדיקט.
דער ישׂראלדיקער אַרכעאָלאָג יורם חיימי האָט באַשטעטיקט, אַז נאָך די פֿאַרהאַנדלונגען האָט די פּוילישע רעגירונג באַשלאָסן אָפּצוהאַלטן און צו באַטראַכטן פֿון ס׳נײַ דעם דענקמאָל-פּראָיעקט. אַ גרופּע אַרכעאָלאָגן, בראָש מיט חיימי, האָט אין סעפּטעמבער אַנטדעקט אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם נאַצי־לאַגער דעם פֿונדאַמענט פֿון גאַז־קאַמערן. פֿריִער, האָט מען געמיינט, אַז די נאַציס האָבן זיי אינגאַנצן צעשטערט. עס קאָן זײַן, אַז בעת די ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען וועט מען אַנטדעקן אַנדערע וויכטיקע געפֿינסן.
לויטן אָריגינעלן פּלאַן, האָט דער דענקמאָל געזאָלט קאָסטן 5 מיליאָן דאָלאַר. חיימי ווייסט נישט, וואָס מע וועט דאָרטן אויפֿשטעלן אַנשטאָט דעם. עס קאָן זײַן, אַז די פּוילישע רעגירונג וועט באַשליסן צו פֿאַרווירקלעכן דעם זעלבן פּלאַן אויסער דעם שטח פֿונעם לאַגער. אויב נישט, דאַרף זי קודם באַטראַכטן פֿאַרשיידענע אַנדערע וואַריאַנטן.
אינעם יאָר 2011, האָט דער פּוילישער מיניסטעריום פֿון קולטור איבערגעגעבן, אַז מע קלײַבט זיך צו שאַפֿן אין סאָביבֿאָר אַ באַזוכער־צענטער און דעם מאָנומענט — אַ לאַנגער מויער לענגאויס דעם וועג, אויף וועלכן די נאַציס האָבן געפֿירט די ייִדן צו די גאַז־קאַמערן. דער דאָזיקער פּראָיעקט, אַ גאַנצע מײַל די לענג, וואָלט אָבער געקאָנט צעשעדיקן אַ מאַסן־קבֿר און גאָר וויכטיקע היסטאָרישע געפֿינסן.
דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, האָט דער מוזיי „יד־ושם‟ און די האָלענדישע „סאָביבאָר־פֿונדאַציע‟ אויסגעדריקט זייער זאָרג וועגן דעם סתּירותדיקן פּלאַן. ביידע אָרגאַניזאַציעס געהערן צום אינטערנאַציאָנאַלן קאָמיטעט, וועלכער האָט אויסגעגעבן אַ טייל פֿון די הוצאות אויפֿן אָריגינעלן פּראָיעקט. צווישן אַנדערע שותּפֿים זענען אַ צאָל אָנגעזעענע ישׂראלדיקע און אייראָפּעיִשע חורבן־אינסטיטוציעס.
„יד־ושם‟ האָט נישט באַשטעטיקט די ידיעה אָפּצוהאַלטן די בויערײַ. אַ וואָרטזאָגער פֿונעם מוזיי האָט איבערגעגעבן, אַז די פֿאַרהאַנדלונגען גייען אָן ווײַטער. דער ייִט״אַ האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו פֿאַרבינדן זיך מיט טאָמאַש קראַנץ, דער דירעקטאָר פֿונעם „מלוכישן מוזיי פֿון מײַדאַנעק‟, וועלכער טראָגט אויך דאָס אַחריות פֿאַרן דענקמאָל־פּראָיעקט. דזשאָני דעניעלס, דער גרינדער פֿון דער הזכּרה־גרופּע „מן המיצר‟, וועלכע האָט געקעמפֿט פֿאַרן אָפּשאַפֿן דעם קאָנטראָווערסאַלן פּלאַן, האָט יאָ באַשטעטיקט, אַז די פּוילישע רעגירונג האָט עס אָפּגעהאַלטן.
דער אַקטיוויסט האָט צוגעגעבן, אַז לויט דער פּאָזיציע פֿון זײַן אָרגאַניזאַציע, טאָר מען נישט אויפֿשטעלן קיין דענקמעלער אויפֿן גאַנצן שטח פֿונעם געוועזענעם טויט־לאַגער, וווּ עס זענען אומגעבראַכט געוואָרן בערך 250,000 מענטשן. דעניעלס האָט צוגעגעבן, אַז אַ דאַנק דעם פּירסום, אַרײַנגערעכנט די פּובליקאַציעס פֿון דער ייִט״אַ, און צענדליקער נסיעות קיין פּוילן, האָט זיך, סוף־כּל־סוף, אײַנגעגעבן אָנצודריקן אויף דער רעגירונג. אָן דער טעטיקייט פֿון די אַקטיווע קריטיקער, וואָלט מען שוין הײַנט געבויט דעם קאָנטראָווערסאַלן מאָנומענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.