דאַנקען גאָט, אין דער גרויסער שטאָט איז מען קיין מאָל ניט אַליין. אַפֿילו די היגע מיזאַנטראָפּן און משוגעים, וואָס האָבן פֿײַנט מענטשן, באַפֿרײַנדן זיך דאָ מיט אַ הונט, אַ קאַץ, אַ טשערעפּאַכע, אַ טאַראַנטולע און נאָך אַזעלכע באַשעפֿענישן. מע רעכנט, אַז אין ניו־יאָרק, צוזאַמען מיט די אַכט און אַ האַלב מיליאָן מענטשן, וווינען אויך אַן ערך זעקס הונדערט טויזנט הינט און פֿינף הונדערט טויזנט קעץ. דאָס איז אָבער גאָרנישט אין פֿאַרגלײַך מיט דער צאָל שטשורעס: אַ פֿאָרשונג פֿון פֿאַראַיאָרן האָט געציילט אַן ערך צוויי מיליאָן, און לויט אַנדערע קוואַלן — אַכט מיליאָן, זעכצן, אָדער אַפֿילו הונדערט!
די ריזיקע צאָל שטשורעס וועט ניט איבערראַשן יעדן איינעם, וואָס פֿאָרט מיטן סאָבוויי אָדער גייט אויף די גאַסן אין אָוונט. כאָטש די שטשורעס זײַנען געוויינטלעך נאָר אַקטיוו בײַ נאַכט, זעט מען זיי אויך בײַ טאָג, ווײַל ניו־יאָרק איז דאָך „די שטאָט וואָס שלאָפֿט קיין מאָל ניט‟. זיי האָבן זיך דאָ באַזעצט נאָך אין די קאָלאָניאַלע צײַטן און צוזאַמען מיט אונדז דורכגעלעבט די גאַנצע געשיכטע פֿון דער שטאָט, מיט אַלע ליידן און פֿריידן.
ניו־יאָרק שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אמת שטשוריש גן־עדן, אַ דאַנק דער גרויסער און געדיכטער מענטשן־באַפֿעלקערונג; דעם קלימאַט, וואָס ווערט ניט צו קאַלט ווינטער־צײַט; דער סאַניטאַציע, וואָס לאָזט דאָס מיסט ליגן אויף דער גאַס, ווי אַ שטענדיקער בופֿעט פֿאַר שטשורעס; די אַלטע בנינים, דער סאָבוויי, און די קאַנאַליזאַציע, וווּ יעדער שטשור קען געפֿינען פֿאַר זיך אַ היימיש ווינקל, וווּ אויפֿצוהאָדעווען אַ פּאָר הונדערט קינדער און אייניקלעך.
אונדזערע שטשורעס רופֿט מען מיט פֿאַרשיידענע נעמען: ראַצן, פּאַצוקעס, שטשערעס, שטשאָרעס אאַז”וו, אָבער לויט דער וויסנשאַפֿט הייסן זיי באמת „נאָרוועגישע שטשורעס‟ (Rattus norvegicus). ווען זיי האָבן זיך באַוויזן צום ערשטן מאָל אין ענגלאַנד אין 18טן יאָרהונדערט, איז אומגעגאַנגען אַ קלאַנג, אַז זיי זײַנען געקומען מיט אַ שיף פֿון נאָרוועגיע, כאָטש אין דער אמתן האָבן דעמאָלט ניט געלעבט קיין שטשורעס פֿון דעם מין אין נאָרוועגיע.
איידער די „נאָרוועגישע‟ שטשורעס זײַנען געקומען, האָבן דאָרט שוין געלעבט טויזנטער יאָרן די שוואַרצע שטשורעס, וואָס מע האָט זיי נאָך אָפֿט געזען אין ניו־יאָרק, אַפֿילו מיט אַ האַלבן יאָרהונדערט צוריק. די שוואַרצע זײַנען אָבער אַ ביסל קלענער ווי די ברוינע, ניט אַזוי אַגרעסיוו, און פֿאַרברענגען אַ סך צײַט אין די ביימער און אויף די דעכער. צו ביסלעך האָבן די ברוינע אַרויסגעשטופּט די שוואַרצע און איבערגענומען די גאַנצע טעריטאָריע — ניט בלויז דאָ, נאָר אין אַ סך טיילן פֿון דער וועלט. ס׳איז אַ סבֿרא, אַז דער ברוינער מין איז ערשט אויפֿגעקומען אין מאָנגאָליע אָדער צפֿון־כינע און איז פֿון דאָרטן אַרויסגעגאַנגען אײַנצונעמען מיט כּוח די וועלט, ווי דזשענגיס כאַן.
ניט געקוקט אויף די בערג מיסט אויף די ניו־יאָרקער גאַסן, האָבן די שטשורעס דאָ ניט קיין גרינג לעבן. אין דורכשניט לעבן זיי ניט מער ווי אַ יאָר, כאָטש אונטער בעסערע באַדינגונגען (למשל, בײַ אײַך אין דער היים) קענען זיי לעבן אַפֿילו דרײַ. געוויינטלעך, וווינען עטלעכע שטשורעס צוזאַמען אין איין נאָרע (אַ לאָך אין דער ערד), און אַ קאָלאָניע באַשטייט פֿון עטלעכע נאָרעס אַזעלכע, מיט 30־50 שטשורעס בסך־הכּל. אין משך פֿון זײַן לעבן, בלײַבט אַ נאָרמאַלער שטשור אויפֿן אָרט, ער גייט ניט מער ווי זעקס הונדערט פֿוס פֿונעם פּלאַץ, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן.
ניט געקוקט אויף די לעגענדעס, אַז אין ניו־יאָרק זעט מען שטשורעס, אַזוי גרויס ווי קעץ אָדער הינט, קענען אַפֿילו די גרעסטע ברוינע שטשורעס וועגן בלויז צוויי פֿונט. עס זײַנען אָבער פֿאַראַן אַנדערע מינים, וואָס וואַקסן גרעסער, למשל, דער „ריזיקער גאַמביאַ־שטשור‟ פֿון אַפֿריקע, וואָס קען וועגן אַפֿילו נײַן פֿונט און זײַן דרײַ פֿוס אין דער לענג. לעצטנס, האָט מען אָנגעהויבן ברענגען די דאָזיקע מאָנסטערס קיין אַמעריקע ווי שטוב־חיות, און ס׳איז פֿאַראַן אַן ערנסטע סכּנה, אַז זיי וועלן זיך דאָ מאַכן היימיש.
די שטשורעס מאַכן צרות פֿאַר אונדז, ערשטנס, ווײַל זיי ברענגען מיט זיך פֿאַרשיידענע קרענק (אַרײַנגערעכנט די שוואַרצע פּעסט), און קענען גרינג אָנשטעקן מענטשן; און צווייטנס, ווײַל די שטשורעס היטן אָפּ די מיצווה פֿון „פּרו ורבו‟: אַ שטשוריכע קען פּלאָדיען פֿינף מאָל אַ יאָר, און יעדעס מאָל ברענגט זי אויף דער וועלט אַ טוץ נײַע שטשורעלעך. יענע שטשורעלעך, ווידער, וואַקסן אויס אַזוי גיך, אַז נאָך פֿינף וואָכן קענען זיי שוין אַליין ווערן טראָגעדיק. דעריבער איז אַזוי שווער פֿון זיי פּטור צו ווערן, און דעריבער וועלן מיר מוזן מיטלעבן מיט זיי לאַנגע יאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.