דער הויפּט־רבֿ פֿון ליטע, חיים בורשטיין, האָט אויסגעדריקט אַ פּראָטעסט קעגן דעם פּלאַן פֿון דער ליטווישער רעגירונג אויפֿצובויען אַ קאָנפֿערענץ־צענטער אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם עלטסטן ייִדישן בית־עולם אין ווילנע.
אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט דער רבֿ זיך באַקלאָגט, אַז אויב מע וועט אָנהייבן די בויערײַ אויפֿן שטח פֿונעם היסטאָרישן בית־עולם אינעם ווילנער ראַיאָן שניפּישקעס, באַקאַנט אויף ייִדיש ווי שניפּישעק, וועט מען דערמיט מחלל זײַן אַ ריזיקע צאָל מתים. דער בית־עולם איז געגרינדעט געוואָרן אינעם 15טן יאָרהונדערט; אין די סאָוועטישע צײַטן האָט מען דאָרטן אויפֿגעשטעלט דעם גרעסטן ספּאָרט־קאָמפּלעקס אין דער שטאָט. אין אַפּריל, האָט דער ליטווישער פּרעמיער־מיניסטער, אַלגירדאַס בוטקעוויטשוס, אַנאָנסירט דעם פּלאַן צו צעשטערן די אַלטע ירושה פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און צו שאַפֿן אויף דעם זעלבן פּלאַץ אַ מאָדערנעם קאָנפֿערענץ־צענטער.
בורשטיין און אַ צאָל אַנדערע רבנים טענהן, אַז אויף דעם פּלאַץ, וואָס די סאָוועטישע מאַכט האָט פֿאַרוואַנדלט אין אַ ספּאָרט־קאָמפּלעקס, ליגן באַערדיקט אַ סך באַרימטע ייִדישע גאונים. דער באַקאַנטער ייִדיש־מומחה הירשע־דוד כּ״ץ, אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם ווילנער אוניווערסיטעט און אַ מיטגליד פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, איז אויך קעגן דעם בויערײַ־פּלאַן. די קריטיקער טענהען, אַז הגם פֿונעם אַלטן בית־עולם איז גאָרנישט געבליבן, בלײַבן די ביינער באַגראָבן אין דער ערד.
ווען דער פּרעמיער האָט אַנאָנסירט דעם פּראָיעקט, האָט ער באַמערקט, אַז די רעגירונג וועט זיכער דערמאָנען, אַז אויפֿן דאָזיקן אָרט איז אַמאָל געשטאַנען דער היסטאָרישער ייִדישער בית־עולם, און אַז זײַן רעגירונג וועט אָרגאַניזירן אַן אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַרמעסט פֿאַרן בעסטן מאָנומעט, וואָס מע וועט דאָרטן אויפֿשטעלן. בורשטיין האָט זיך אָבער באַקלאָגט, אַז כּל־זמן מע קלײַבט זיך צו גראָבן אויפֿן דאָזיקן אָרט, בלײַבט עס אַן עוולה צו די טויטע. דער רבֿ האָט געבעטן זײַן קהילה צו פּראָטעסטירן קעגן דעם בוי־פּראָיעקט.
לינאַ סאַולענײַטע, אַ באַאַמטע פֿון דער מלוכישער קאַנצעלאַריע, האָט אָבער נישט לאַנג צוריק איבערגעגעבן דער פּרעסע, אַז ס׳רובֿ ווילנער ייִדן האָט נישט קיין טענות צום פּראָיעקט. ווען דער פּרעמיער־מיניסטער האָט באַטראַכט דעם פּלאַן, האָט ער זיך געטראָפֿן מיט אַ דעלעגאַציע רבנים, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיטן אָפּהיטן די ייִדישע בית־עולמס אין אייראָפּע. די דעלעגאַציע האָט געמאָלדן, אַז די בויערײַ וועט דורכגעפֿירט ווערן אונטער אַ שטרענגער השגחה; די רבנים וועלן נישט דערלאָזן אָנצורירן די אַלטע ביינער. די ניו־יאָרקער סאַטמאַרער ייִדיש־צײַטונג „דער איד‟ האָט אָבער אין איר פֿרײַטיק־נומער פֿאַרן 5טן יוני פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל, לויט וועלכן אַ גאַנצע ריי באַקאַנטע חרדישע רבנים זענען קעגן דעם בוי־פּראָיעקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.