„דאָס לעבן איז בײַ מיר געװען אַ שװערס‟, האָט מודה געװען יעקבֿ כּהן־שבשאי (קאָגאַן־שאַבשאַי). אָבער ניט געקוקט אױף אַלע שװעריקײטן, האָט זיך אים אײַנגעגעבן אױפֿצוטאָן זײער אַ סך, אין סאַמע פֿאַרשידענע געביטן — פֿיזיק, מאַשינען־בױ, און ייִדישע קונסט. ער איז געבױרן געװאָרן אין װילנע אין 1877, פֿאַרענדיקט די רוסישע קלאַסישע גימנאַזיע אין מאָלעװ, װײַטער שטודירט אינעם קיִעװער אוניװערסיטעט און אין דעם עלעקטראָטעכנישן אינסטיטוט אין ליעזש, בעלגיע. אין 1904 האָט ער זיך אומגעקערט קײן רוסלאַנד, זיך באַזעצט אין מאָסקװע און אַרײַנגעטאָן געוואָרן אינעם אַנטװיקלען די עלעקטראָ־טעכנישע אינדוסטריע און טעכנאָלאָגיע אין לאַנד.
אין מאָסקװע האָט כּהן־שבשאי געאַרבעט מיט ברען, געהאָרעװעט אָן וואַקאַציעס און פֿרײַע טעג. נאָך דער רעװאָלוציע, אין 1920, האָט ער געשאַפֿן אַ פּריװאַטן אינסטיטוט אױסצושולן אינזשענירן פֿאַר עלעקטרישער מאַשינען־בױונג. זײַן אינסטיטוט איז געװען אַ יוצא־דופֿן אין דער מלוכישער סאָװעטישער סיסטעם, װײַל כּהן־שבשאי איז געװען דאָ דער גאַנצער בעל־הבית. זײַן אינסטיטוט האָט עקזיסטירט ביזן יאָר 1931, װען מען האָט אים באַשולדיקט אין „שעדלעכע שמועסן‟, און באַזײַטיקט פֿון דער דירעקטאָרישער שטעלע. אָבער מען האָט אים ניט אַרעסטירט; כּהן־שבשאי איז געשטאָרבן, אַ צעבראָכענער, אין 1939.
די נײַע פֿאָרשונג פֿונעם באַקאַנטן מאָסקװער קונסט־היסטאָריקער יעקבֿ ברוק באַהאַנדלט די אַנדערע זײַט פֿון כּהן־שבשאיס טעטיקײט. באַלד נאָך זײַן קומען קײן מאָסקװע, אין 1904, האָט זיך כּהן־שבשאי באַקענט מיט דעם יונגן רוסיש־ייִדישן קונסט־קריטיקער אַבֿרהם אפֿרת (עפֿראָס), װאָס איז געװען אַ חסיד פֿון דער נײַער ייִדישער קונסט. אַזױ אַרום איז כּהן־שבשאי אַרײַן אין דער סבֿיבֿה פֿון יונגע ייִדישע קינסטלער און ליטעראַטן, און האָט אָנגעהויבן זאַמלען און שטיצן זײערע װערק. ער האָט געזען זײַן שליחות אינעם שאַפֿן אַ „נאַציאָנאַלע זאַמלונג פֿון ייִדישער קונסט‟, װאָס ער האָט בדעה געהאַט איבערצוגעבן צו אַן עפֿנטלעך אָרט, לױטן מוסטער פֿון די פֿאַרמעגלעכע רוסישע מעצענאַטן, טרעטיאַקאָװ און מאָראָזאָװ.
אין 1916 איז אין מאָסקװע געשאַפֿן געװאָרן אַן אָפּטײלונג פֿון דער פּעטראָגראַדער ייִדישער געזעלשאַפֿט פֿאַר קונסט־שטיצונג מיט כּהן־שבשאי בראָש. זײַן שטוב און ביוראָ האָבן געדינט װי אַ מקום־מיקלט פֿאַר ייִדישע קינסטלער פֿון דער פּראָװינץ, װעלכע זײַנען פֿאַרבליבן שטעקן אין מאָסקװע איבער דער מלחמה. אין די קריטישע מאָמענטן האָט ער אַרױסגעהאָלפֿן מאַרק שאַגאַלן, אליעזר ליסיצקין, פּאָלינע כענטאָװאַ און אַנדערע ייִדישע קינסטלער. כּדי צו באַדאַנקען אים פֿאַר זײַן ברײטהאַרציקײט, האָבן די יונגע קינסטלער געמאָלט זײַנע פּאָרטרעטן. די אַטמאָספֿער אין דער מאָסקװער געזעלשאַפֿט איז געװען הײמיש און פֿרײלעך.
אין אונטערשייד צו פּעטראָגראַד, װוּ דער ציל פֿון די ייִדישע קינסטלער איז געווען די קינסטלערישע אױפֿקלערונג פֿון די ייִדישע מאַסן, האָבן די מאָסקװער קינטסלער בדעה געהאַט צו שאַפֿן אַ נײַע און אײגנאַרטיקע ייִדישע קונסט. אין אַ קורצער צײַט, אַרום 1917, איז מאָסקװע געװאָרן אַ װיכטיקער צענטער פֿון מאָדערנער ייִדישער שעפֿערישקײט. אין 1916 האָט זיך אַרום כּהן־שבשאי אױסגעפֿורעמט דאָס „קרײַזל פֿון ייִדישער נאַציאָנאַלער עסטעטיק ׳שמיר׳‟. צװישן די מיטגלידער זײַנען געװען דער דיכטער משה בראָדערזאָן, די קינסטלער ליסיצקי און כענטאָװאַ, דער קאָמפּאָזיטאָר אַלכּסנדר קרײן. זײ האָבן געזוכט נײַע נאַציאָנאַלע פֿאָרמען און עסטעטישע יסודות פֿאַר מאָדערנער ייִדישער קונסט. דערבײַ זײַנען זײ געװען קעגנער פֿון דער „אױסגעטראַכטער ציוניסטישער עסטעטיק‟ פֿונעם ירושלימער „בצלאל‟, און געשעפּט אינספּיראַציע פֿון די קװאַלן פֿון ייִדישער פֿאָלקסקונסט. אפֿרת האָט פֿאַרסך־הכּלט דעם עסטעטישן פּרינציפּ פֿון „שמיר‟ װי אַ סינטעז צװישן דעם אײראָפּעיִשן מאָדערניזם און דער טראַדיציע פֿון פֿאָלקסקונסט, װאָס דאַרף „דורכװאַקסן‟ דורכאַנאַנד.
אַ װיכטיקער צװײַג פֿון דער נײַער קונסט־שאַפֿונג איז געװאָרן די פֿאַרלעגערישע טעטיקײט. די סאַמע באַרימסטע פּובליקאַציע איז געװען בראָדערזאָנס פּאָעמע „שׂיחת חולין‟, געדרוקט אין דער פֿאָרעם פֿון אַ מגילה מיט ליסיצקיס אילוסטראַציעס. צװאַנציק עקזעמפּלאַרן זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן דורך אַ סופֿר און קאָלירט מיט דער האַנט פֿון ליסיצקין אַלײן. פֿאַר דער גאַנצער אונטערנעמונג האָט באַצאָלט כּהן־שבשאי. אַן אַנדערע װיכטיקע פּובליקאַציע, אױך געשטיצט דורך כּהן־שבשאי, איז געװען די ערשטע מאָנאָגראַפֿישע שטודיע פֿון שאַגאַלס קונסט פֿון יעקבֿ טוגענדהאָלד און אַבֿרהם אפֿרת (1918).
די קונסט פֿון דער רעװאָלוציע, װאָס האָט באַטאָנט דעם אינטערנאַציאָנאַליזם, איז געװען פֿרעמד פֿאַר כּהן־שבשאיס געשמאַק. נאָך אין 1918 האָט ער כּמעט אױפֿגעהערט צו קױפֿן נײַע װערק. ער האָט זיך אין גאַנצן אָפּגעגעבן מיטן נײַעם עלעקטראָ–טעכנישן אינסטיטוט זײַנעם. דעם װיכטיקסטן טײל פֿון זײַן זאַמלונג, די בילדער פֿון שאַגאַל, האָט ער געשיקט אױף אַן אױסשטעלונג קײן בערלין. שפּעטער זײַנען זײ אַריבער אין רשות פֿון כּהן־שבשאיס ברודער אין פּאַריז.
װען זײַן פּלאַן פֿון עפֿענען אַ ייִדישן מוזײ אין מאָסקװע איז ניט מקוים געװאָרן, האָט כּהן־שבשאי באַשלאָסן איבערצוגעבן זײַן זאַמלונג אין מענדעלע־מוזײ אין אָדעס, װאָס איז דעמאָלט געװען דער גרעסטער ייִדישער מוזײ אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. דאָס איז געשען אין 1932, אָבער אין צװײ יאָר אַרום האָט מען פֿאַקטיש דעם מוזײ פֿאַרמאַכט. די געבײַדע פֿונעם מוזײ איז צעשטערט געװאָרן דורך דער דײַטשישער באָמבאַרדירונג אין 1941. קײן שפּורן פֿון כּהן–שבשאיס זאַמלונג זײַנען ניט פֿאַרבליבן, חוץ אַ צאָל פֿאָטאָגראַפֿישע קאָפּיעס פֿון אַ שלעכטער קװאַליטעט. דער אײנציקער פֿאַרבליבענער דאָקומענט איז די רשימה פֿון די װערק, װאָס זײַנען איבערגעגעבן געװאָרן, בסך־הכּל 240 זאַכן, װאָס זײער גורל בלײַבט עד־היום אַ סוד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.