נאַקעטע פּאָליאַקן שפּילן זיך אין כאַפּערלעך — דאָס בילד קענט איר זען אויף דער נײַער אויסשטעלונג פֿונעם מוזיי פֿאַר מאָדערנער קונסט אין קראָקע. אַ האַלבער טוץ נאַקעטע מענער און פֿרויען, לויפֿן אַרום און אַרום, לאַכן און שרײַען ממש פֿאַר פֿרייד. נאָך מאָדנער זעט אויס דאָס אָרט, וווּ זיי שפּילן זיך אין כאַפּערלעך פֿאַר דער קאַמערע — אַן אויטענטישע גאַז־קאַמער.
די ייִדן האָט מען אָנגעשטופּט ווי סאַרדינען אינעם זעלבן אָרט, וואָס מען זעט אויפֿן עקראַן. מאַמעס, מיט קליינע קינדער אויף די הענט, זענען דערשטיקט געוואָרן אין איינעם מיט די עופֿעלעך פֿון ציקלאָן „בע‟. אַז איך האָב נישט קיין טעות, האָט קיינער דעמאָלט נישט געלאַכט. לויט די עדות פֿון די „זאָנדערקאָמאַנדאָס‟, וואָס האָבן געוואַרט ביז אַלע ווערן טויט, זענען די געשרייען פֿון די קרבנות געווען שרעקלעכע.
אָבער לאָמיר זיך אומקערן צוריק צו דעם פּוילישן ווידעאָ-פֿילם. דער פֿילם אַליין דויערט פֿיר מיט אַ האַלב מינוט, און צום סוף, לייענען מיר טאַקע, אַז דער האַלבער טוץ נאַקעטע פּאָליאַקן האָבן זיך געשפּילט אין כאַפּערלעך סײַ אין אַ גאַז־קאַמער פֿון אַ טויט-לאַגער, סײַ אין אַ פּריוואַטער דירה.
דער פֿילם, אַגבֿ, איז נישט נײַ. געמאַכט האָט אים אַרטור זשימיעווסקי נאָך אין יאָר 1999. נאָר וואָס זשע? דאָס מאָל האָבן אים געזען די ישׂראלדיקע טוריסטן, דווקא אין קראָקע, דאָס הייסט, נישט ווײַט פֿון אוישוויץ, און די ישׂראלדיקע זשורנאַליסטן באַריכטן וועגן דעם ענין.
מען קען דאָ שטעלן צוויי פֿראַגעס. ראשית, ווי קומט עס, אַז די דירעקטאָרן פֿון די פּוילישע חורבן-מוזייען האָבן געגעבן דעם רשות צו מאַכן אַזאַ פֿילם בײַ זיך. די צווייטע פֿראַגע: פֿאַרוואָס איז די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע אין וואַרשע איינע פֿון די ספּאָנסאָרס פֿון דעם דאָזיקן פּּײַנלעכן פֿילם?
מאַטשיי לאָקעטעק איז דער איינציקער לערער אין פּוילן, וואָס גייט אַרײַן אין קלאַס מיט אַ יאַרמלקע אויפֿן קאָפּ. לאָקעטעק האָט אַ קורצע, שיינע, גרויע באָרד און קלאָרע בלויע אויגן. מע האָט אים בשעתו געבעטן ער זאָל נישט ממשיך זײַן די אַרבעט אין דער „מורשה‟־שול אין וואַרשע. ער איז נישט דער איינציקער ייִדישער לערער, וואָס האָט געמוזט, במחילה, זיך אַוועקטראָגן פֿון דער פּריוואַטער וואַרשעווער שול.
אַגבֿ, חוץ זײַן אַרבעט ווי אַ לערער אין אַ פּוילישער שול, פֿירט לאָקעטעק אָן מיטן „חדר‟, דאָס הייסט, אונדזער ווערסיע פֿון „היברו סקול‟, וואָס ווערט געשטיצט פֿון דער וואַרשעווער ייִדישער קהילה. ער איז אַן ערשט־קלאַסיקער לערער, און די קינדער האָבן אים שטאַרק ליב. זיי רופֿן אים „פּאַן שבת‟.
דעם רב טײַסאָן הערבערגער איז אויך שווער צו פֿאַרגעסן. אַ הויכער, אַ בלאָנדער, תּמיד מיט א שמייכל אויפֿן פּנים. דעם רבֿ הערבערגער האָט מען נישט אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער „מורשה‟־שול; מען האָט אים פּשוט ניט אַרײַנגעלאָזט. ער האָט געוואָלט לערנען די קינדער אַ ביסל תּורה — בחינם. אָן געלט. ווי געזאָגט, האָט ער אויך נישט זוכה געווען צו לערנען די קינדער אין דער פּריוואַטער וואַרשעווער שול. הרבֿ טײַסאָן הערבערגער איז די טעג דער רבֿ פֿון דער ווראָצלאַווער קהילה.
איצט הערן מיר, אַז די „מורשה‟־שול וויל ווערן מער ייִדישלעך. אפֿשר צוליב דעם, וואָס זי האָט איצט אַ שטיקל קאָנקורענץ — די מלוכישע שול 166, וואָס האָט אַ שיינע ייִדישע פּראָגראַם. ווײַזט זיך אויס, אַז קאָנקורענץ איז אַ גוטע זאַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.