מאָנטיק, דעם 8טן יוני, האָט דאָס העכסטע געריכט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָפּגעשאַפֿן דעם געזעץ, לויט וועלכן די אַמעריקאַנער בירגער, וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין ירושלים, וואָלטן געקאָנט אָנווײַזן, אַז זייער געבורט־לאַנד איז מדינת־ישׂראל. דעם דאָזיקן געזעץ האָט מען, טעאָרעטיש, אָנגענומען אינעם יאָר 2002. לעצטנס, ווען איין משפּחה האָט געפּרוּווט איבערצוצײַגן דעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט צו רעגיסטרירן זייער קינד אינעם אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט ווי אַ געבוירענעם אין ישׂראל, האָבן 6 ריכטער אָפּגעשטימט קעגן און בלויז 3 — פֿאַר.
אין דער געשיכטע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן גייט שוין אָן דורות־לאַנג דאָס באַקאַנטע מחלוקת צווישן די געזעצגעבערישע און עקזעקוטיווע צווײַגן פֿון די מלוכישע אינסטאַנצן, וואָס ווירקט צומאָל אויך אויף דער אויסערלעכער פּאָליטיק. אין געוויסע פֿאַלן, למשל, קאָנען די געזעצגעבער אינעם קאָנגרעס באַשטימען דעם פּאָליטישן קורס פֿונעם פּרעזידענט.
ווען מע האָט אָנגענומען דעם דערמאָנטן געזעץ, האָבן סײַ דער רעפּובליקאַנער פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, סײַ דער דעמאָקראַט באַראַק אָבאַמאַ, זיך אָפּגעזאָגט עס למעשׂה אויסצופֿירן. ביידע האָבן געטענהט, אַז דער קאָנגרעס האָט נישט געטאָרט זיך אַרײַנגעמישט אין די אויסערן־ענינים, וואָס ליגן אויף די פּלייצעס פֿונעם פּרעזידענט. די רעגירונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט קיינמאָל נישט אָנערקערט ירושלים ווי אַ טייל פֿון ישׂראל.
דער ריכטער ענטאָני קענעדי האָט באַטראַכט די אַרגומענטן פֿון ביידע צדדים און האָט מסכּים געווען מיט די פֿיר ליבעראַלע ריכטער, אַרײַנגערעכנט דרײַ ייִדן, וועלכע זענען אויפֿגעטראָטן קעגן דעם קאָנטראָווערסאַלן געזעץ, צוזאַמען מיט איין קאָנסערוואַטאָר, קראַרענס טאָמאַס. אַלע דרײַ שטיצער, וואָס האָבן יאָ געשטיצט דעם געזעץ, זענען קאָנסערוואַטיוו געשטימט.
די טאַטע־מאַמע פֿון מנחם זיוואָטאָווסקי, הײַנט אַ 12־יאָריק ייִנגל, האָבן געוואָלט אַרײַנשרײַבן ישׂראל ווי זײַן געבורט־אָרט אינעם אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט, ווען זייער קינד איז געבוירן געוואָרן אין ירושלים. זייער זון איז געווען אינעם פֿאָקוס פֿון די הײַנטיקע געריכט־דעבאַטן. אַ ריי פּראָ־ישׂראלדיקע גרופּעס האָבן זינט דעמאָלט געפּרוּווט צו דריקן אויפֿן מלוכה־דעפּאַרטאַמענט אויסצופֿירן דעם געזעץ. לכל־הפּחות איין גרופּע, „אַמעריקאַנער פֿאַר שלום־עכשיו‟, האָט אָבער געהאַלטן, אַז די פּרעראָגאַטיוו אין די ענינים פֿון אויסערלעכער פּאָליטיק געהערן צו די אויספֿיר־אינסטאַנצן. אַ וואָרטזאָגער פֿונעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום האָט זיך אָפּגעזאָגט צו קאָמענטירן דעם באַשלוס פֿונעם אַמעריקאַנער העכסטן געריכט, באַמערקנדיק, אַז זײַן רעגירונג ענטפֿערט נישט בפֿרהסיא אויף די פּסקים פֿון די אויסלענדישע יורידישע אינסטאַנצן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.