דער שפּאַנישער קאָנגרעס גרייט זיך צו די ענדגילטיקע באַשלוסן וועגן דעם געזעץ, לויט וועלכן די ספֿרדישע ייִדן וועלן קאָנען ווערן בירגער פֿונעם לאַנד. מאָנטיק, דעם 8טן יוני, האָט דער קאָנגרעס איבערגעגעבן, אַז דאָנערשטיק וועלן פֿאָרקומען די וואַלן, בעת וועלכע מע וועט באַשטימען דעם גורל פֿונעם היסטאָרישן געזעץ־פּראָיעקט.
דער שפֿאַנישער סענאַט האָט גוטגעהייסן דעם 27סטן מײַ דעם פּלאַן, לויט וועלכן די בירגערשאַפֿט־קאַנדידאַטן וועלן נישט דאַרפֿן באַזוכן שפּאַניע. זיי וועלן אָבער מוזן באַצאָלן אַ געוויסע סומע צו אַ שפּאַנישן נאָטאַריוס און אויסהאַלטן אַ פֿאַרהער, כּדי צו דעמאָנסטרירן זייער באַקאַנטשאַפֿט מיט דער שפּאַנישער שפּראַך און קולטור. די פֿאַראינטערעסירטע וועלן קאָנען זיך צוגרייטן צום עקזאַמען בײַם מלוכישן „סערוואַנטעס־אינסטיטוט‟, וועלכער האָט פֿיליאַלן אין מער ווי 20 לענדער, אַרײַנגערעכנט ישׂראל, און לייגט פֿאָר די נייטיקע קורסן.
אַחוץ דעם, וועלן די קאַנדידאַטן מוזן זיך ווענדן צו דער שפּאַנישער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות, וועלכע וועט באַטראַכטן די אַנקעטעס בשותּפֿות מיט די רעגירונג־אינסטאַנצן. אויב דער קאָנגרעס וועט אָננעמען דעם געזעץ, וועלן די פֿאַראינטערעסריטע אויסנוצן די געלעגנהייט, אָנהייבנדיק פֿון אָקטאָבער, במשך פֿון דרײַ יאָר. נאָך דעם דאָזיקן פּעריאָד, וועט די שפּאַנישע רעגירונג באַשליסן, צי מע זאָל עס ווײַטער פֿאַרלענגערן.
דער ענלעכער געזעץ, וואָס מע האָט שוין אָנגענומען אין פּאָרטוגאַל, איז אַ שטענדיקער און פֿאָדערט נישט קיין קענטענישן פֿון דער שפּראַך. אין ביידע לענדער, באַטראַכט מען עס ווי אַ קאָמפּענסאַציע פֿאַרן גירוש־ספֿרד און די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות פֿון דער קאַטוילישער אינקוויזיציע, צוליב וועלכער די שפּאַנישע און פּאָרטוגאַלישע ייִדן זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון זייער היימלאַנד אָדער געמוזט זיך שמדן. אין פֿאַרגלײַך מיט פּאָרטוגאַל, האָט דער געזעץ־פּראָיעקט זיך צוזאַמענגעשטויסן מיט אַ ממשותדיקער אָפּאָזיציע, וועלכע טענהט, אַז מע דאַרף פֿאַרברייטערן דעם געזעץ און אַרײַנלאָזן די אָפּשטאַמלינגען פֿון אַנדערע גערודפֿטע מינאָריטעטן, אַרײַנגערעכנט די שפּאַנישע מוסולמענער, וועלכע זענען אויך פֿאַרטריבן געוואָרן בעת דעם גירוש־ספֿרד. אַזוי צי אַזוי, איז מען זיך משער, אַז דער געזעץ וועט אָנגענומען ווערן די וואָך.
אין דער זעלבער צײַט, האָט די שפּאַנישע אַמבאַסאַדע אין אַנקאַראַ אָפּגעלייקנט דעם קלאַנג, וועלכער האָט זיך פֿאַרשפּרייט נאָך אַן אַנומלטיקן אַרטיקל אין „ניו־יאָרק טײַמס‟, אַז טויזנטער טערקישע ייִדן האָבן שוין געבעטן די בירגערשאַפֿט צוליב דעם אַנטיסעמיטיזם. די אַמבאַסאַדע־באַאַמטע האָבן באַטאָנט, אַז להיפּוך צו דער צווייפֿלהאַפֿטיקער צײַטונג־אינפֿאָרמאַציע, האָט זיך נאָך קיין איינציקער ייִד נישט געווענדט צו זייער אינסטאַנץ מיט אַזאַ בקשה. דערצו, איז עס דערווײַל סײַ־ווי־סײַ אוממעגלעך צו טאָן. ערשט ווען דער געזעץ וועט טאַקע אײַנגעפֿירט ווערן, וועלן די קאַנדידאַטן באַקומען די מעגלעכקייט זיך צו ווענדן צו דער שפּאַנישער רעגירונג צו באַקומען די בירגערשאַפֿט.
די סטאַטיסטיק פֿון אימיגראַציע קיין ישׂראל ווײַזט אויך, אַז די קלאַנגען וועגן דעם אַנטיסעמיטיזם אין טערקײַ זענען איבערגעטריבן. אינעם פּעריאָד פֿון 2012 ביז 2014 איז די צאָל טערקישע עולים דווקא געפֿאַלן אויף 50 פּראָצענט, אין פֿאַרגלײַך מיטן פּעריאָד פֿון 2009 ביז 2011. פֿונדעסטוועגן, זעט אויס קלאָר, אַז אַ סך טערקישע ייִדן הייבן אָן זיך פֿילן אומרויִק אינעם לאַנד אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם פּרעזידענט רעדזשעפּ טאַיִפּ ערדאָגאַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.