ווען ייִדן קומען קיין רוים און ווילן באַזוכן די אָרטיקע ייִדישע אוצרות, גייען זיי אין דער אַלטער שיל אויפֿן ברעג פֿונעם טײַך טיבאָר, שפּאַצירן אַרום אויף די גאַסן פֿון דער געוועזענער ייִדישער געטאָ, און פֿאַרזוכן עפּעס אַ אָרטיקן מאכל מיט אַ ייִדישן טעם. ווייניק ייִדן באַטראַכטן אָבער וואַטיקאַן ווי אַ קוואַל פֿון ייִדישער קונסט. אין דער אמתן, ווערן אין וואַטיקאַן געהיט אַ סך וועלט-באַרימטע קונסט־ווערק אויף ייִדישע טעמעס, הגם זייער שײַכות צו ייִדישקייט איז לאַוו־דווקא באַשײַמפּערלעך. כּדי אָפּצושאַצן די דאָזיקע שאַפֿונגען, מוז מען פֿאַרשטיין די פֿאַרצײַטישע קולטור פֿון 500 יאָר צוריק.
אין די 1480ער יאָרן, אין דער איטאַליענישער שטאָט פֿלאָרענציע, איז געוואַקסן אַ נײַגעריקער קריסטלעכער יונגערמאַן מיטן נאָמען מיקעלאַנדזשעלאָ בואָנאַראָטי, וועלכער האָט שטודירן די תּורה, גמרא און קבלה. הגם די אינקוויזיציע האָט געשטרעבט צו מאַכן אַ תּל פֿון דער ייִדישער קולטור אויפֿן גאַנצן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט, האָט מיקעלאַנדזשעלאָס מעכטיקער פּאַטראָן, לאָרענצאָ דע מעדיטשי, פֿאַרבעטן ייִדן אין זײַן שטאָט און זיך אַליין אינטערעסירט מיט ייִדישקייט. צווישן די רביים פֿונעם יונגן סקולפּטאָר זענען געווען אַזעלכע מענטשן, ווי דער גרויסער רענעסאַנט־פֿילאָסאָף מאַרסיליאָ פֿיטשינאָ — אַ גלח, וועלכער האָט געקענט לשון־קודש און האָט געפּרוּוט אָפּצושאַפֿן די סתּירות צווישן דער קריסטלעכער און ייִדישער אמונה מיט דער הילף פֿון פּלאַטאָנישער פֿילאָסאָפֿיע.
נאָך וויכטיקער איז געווען די השפּעה פֿון דזשאָוואַני פּיקאָ דעלאַ מיראַנדאָלאַ — אַ קריסטלעכער תּלמיד פֿון אַ צאָל רבנים און מקובלים. אַזוי ווי פֿיטשינאָ, האָט ער געפּרוּווט צו אַנטדעקן דעם זעלבן גײַסטיקן שורש אין אַלע אוראַלטע טראַדיציעס, פֿון אַלט־מיצרישע מיסטעריעס ביז דער ייִדישער קבלה. דער דאָזיקער פֿילאָסאָף האָט שטאַרק געווירקט אויף מיקעלאַנדזשעלאָס ווערק. די אָפֿיציעלע קירך האָט באַשולדיקט פּיקאָ אין „אַפּיקורסות‟ און אים צוליב דעם אײַנגעזעצט אין תּפֿיסה; אַ דאַנק לאָרענצאָ דע מעדיטשיס געלט, איז ער באַפֿרײַט געוואָרן און געקאָנט ווידער פֿאַרשפּרייטן זײַן פֿילאָסאָפֿישן דרך.
הרבֿ בנימין בלעך, דער מיט־מחבר פֿונעם בוך וועגן באַהאַלטענע ייִדישע טעמעס אין מיקעלאַנדזשעלאָס ווערק, וואָס באַצירן וואַטיקאַן, האָט באַמערקט, אַז דער גרויסער קינסטלער און סקולפּטאָר האָט זיך כּסדר באַנוצט מיט בפֿירוש ייִדישע מאָטיוון, אַרײַנגערעכנט די קבלה־שיטה וועגן דעם באַלאַנס פֿון מענערלעכע און ווײַבלעכע אַספּעקטן פֿון די געטלעכע ספֿירות און דעם טיפֿן גײַסטיקן באַדײַט פֿון עראָטישע ענינים.
דער היסטאָריקער ענריקאָ ברוסקיני באַמערקט, אַז כּדי דער פּויפּסט און אַנדערע קירך־פֿירער זאָלן אים נישט באַשולדיקן אין „אַפּיקורסישער‟ סימפּאַטיע צו ייִדישע מאָטיוון, האָט מיקעלאַנדזשעלאָ געמוזט זיי אויסבאַהאַלטן אויף חידושדיקע אופֿנים. דער גוואַלדיקער חידוש פֿון הונדערטער פֿיגורן, מיט וועלכע דער קינסטלער האָט באַצירט דעם וועלט-צענטער פֿון דער קאַטוילישער קירך, באַשטייט אין דעם, וואָס צווישן זיי טרעפֿן זיי זעלטן בפֿירוש קריסטלעכע סימבאָלן. לויטן חשבון פֿון הרבֿ בלעך, זענען 95 פּראָצענט פֿון זיי פֿאַרבונדן מיט ייִדישקייט, אָפֿט פֿאַרבונדן מיט קבלה, און דאָס רעשט — מיט דער אוראַלטער פּאַגאַנישער טראַדיציע.
מיקעלאַנדזשעלאָס קלויסטער־באַצירונגען אין וואַטיקאַן זענען פֿול מיט תּנ״כישע העלדן, וואָס ווערן בכּיוון אַסאָציִיִרט מיט די ספֿירות, די ערשטע 26 פּסוקים פֿון דער מעשׂה-בראשית, וואָס זענען מרמז אויפֿן הייליקן שם־השם, און אַנדערע מאָטיוון, וואָס דער קינסטלער האָט כּסדר געשעפּט פֿון דער ייִדישער מיסטישער טראַדיציע און אויסגעדריקט לויט זײַן אייגנאַרטיקן רענעסאַנס־נוסח.
עס באַקומט זיך, אַז די באַרימטע סיקסטינער קאַפּעלע, די אָפֿיציעלע רעזידענץ פֿונעם פּויפּסט, איז ממש פֿול מיט כּלערליי ייִדישע סוזשעטן. כּדי צו פֿאַרשטיין זייער באַדײַט און זיי אָפּשאַצן, מוז מען זיך אָבער קודם באַקענען מיט די סודות פֿון דער רענעסאַנס־קונסט און פֿילאָסאָפֿיע.
די גלחים האָבן אין מיקעלאַנדזשעלאָס תּקופֿה געפּרעדיקט, אַז די ייִדן וועלן אייביק ברענען אין גיהנום. דעם גרויסן קינסטלער האָט זיך אָבער אײַנגעגעבן צו באַצירן דעם קלויסטער מיט גאַנץ אָפּטימיסטישע אימאַזשן פֿון ייִדישע נשמות, וואָס רוען אינעם ליכטיקן גן־עדן. ווען איר באַקענט זיך גוט מיט די באַהאַלטענע רמזים פֿונעם גרויסן מאָלער, קאָנט איר שוין בעסער אָפּשאַצן די בפֿירוש ייִדישע מערקווירדיקייטן אין דער איטאַליענישער הויפּטשטאָט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.