ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published June 10, 2015, issue of June 26, 2015.

זיצט שטיל, קינדערלעך!

עס אַנטוויקלט זיך דער סיכסוך אַרום דער מלוכישער פּראָקוראַטור אין יעקאַטערינבורג. לאָמיך דערמאָנען, אַז דאָרטן, מיט צען טעג צוריק, האָט די פּראָקוראַטור געשיקט אַ דעלעגאַציע אין אַ ייִדישער שול, און די דעלעגאַציע האָט אָרגאַניזירט אַן אינספּעקציע אין דער שול־ביבליאָטעק, און צוגענומען דעם תּנ״ך און די תּורה, כּדי זיי צו קאָנטראָלירן, אויב ס׳איז נישטאָ אין זיי אַ שטיק עקסטרעמיזם.

עטלעכע טעג נאָך דעם געשעעניש זענען אַנטשטאַנען עטלעכע ווערסיעס פֿון דעם, וואָס ס׳איז פֿאָרגעקומען, ס׳רובֿ פֿון זיי גאָר אומגלייבלעכע. די פּראָקוראַטור שווײַגט, און ברוך גאָרין, דער דריטער מענטש אין דעם רוסישן חב״ד, האָט גערופֿן אַלעמען צו בלײַבן שטיל, ביז די עקספּערטיזע וועט זײַן גרייט.

וואָס האָט אַזוינס געזאָגט הרבֿ אַדאָלף שאַיעוויטש?

הרבֿ אַדאָלף שאַיעוויטש
הרבֿ אַדאָלף שאַיעוויטש

און נאָך אַ מאָל איז דער אויפֿמערק פֿון דער רוסישער מעדיאַ צוגעצויגן געוואָרן צו די ייִדן. די טעג ווערט אין רוסלאַנד אַרומגערעדט די געשיכטע פֿון דעם הייליקן וולאַדימיר (מע וויל אים שטעלן אַ דענקמאָל) — דער רוסישער פֿירשט, וואָס בשעתן אויסקלײַבן פֿאַר זײַן פֿאָלק אַ נײַע רעליגיע, האָט ער זיך באַקענט מיט אַלע פֿיר רעליגיעס און אויסגעקליבן פּראַוואָסלאַוויע. די באַרימטע זשורנאַליסטקע און טעלעוויזיע־אַנאָנסער קסעניאַ סאָבטשאַק און דער זשורנאַליסט אַנטאָן קראַסאָווסקי האָבן דורכעגעפֿירט אַן אייגענע ווערסיע פֿון וולאַדימירס אויפֿטו, און אויסגעפֿרעגט די פֿאַרטרעטער פֿון די פֿיר רעליגיעס: אַ מופֿטי, אַ פּראַוואָסלאַוונעם פּאָפּ, אַ קאַטוילישן גלך, און אַ רבֿ. די אינטערוויוען זענען גאַנץ קריטיש און סקעפּטיש. אַ סקאַנדאַל האָט אַרויסגערופֿן דער אינטערוויו פֿון אַדאָלף שאַיעוויטש, וואָס האָט געזאָגט, אַז ער וואָלט זיך באַטייליקט אינעם אויפֿהענגען אַלע האָמאָסעקסואַליסטן. סאָבטשאַק האָט אים אַוודאי גלײַך באַשולדיקט אין עקסטרעמיזם, ווי אויך אין סעקסיזם און שׂינאה צו ליבעראַליזם און פֿרײַהייט. די רבנים פֿון דער גרויסער כאָר־שיל, וווּ שאַיעוויטש איז דער רבֿ, טענהן, אַז דער גאַנצער אינטערוויו איז אַ געפֿעלשטער און שאַיעוויטש וואָלט ניט געקאָנט זאָגן אַזעלכע זאַכן. פֿון שאַיעוויטשן גופֿא האָט מען קיין קאָמענטאַרן דערווײַל ניט באַקומען.

אויפֿטרעטן אין מאָסקווער ייִדישן מוזיי

דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי אָרגאַניזירט צוויי ציקלען רעפֿעראַטן, געווידמעט דער ייִדישער מיסטיק און פֿילאָסאָפֿיע. דער ערשטער רעפֿערענטן, מאַרק גאָנדעלמאַן פֿון ירושלים, האָט דערציילט וועגן שבתי צבֿי און זײַנע חסידים — אַבֿרהם מיגעל קאַרדאָזאָ און נחמיה כאַיון, וועגן גרשון שלום און הערמאַן כּהן. דער צווייטער לעקטאָר, מנחם יהלום, האָט געווידמעט זײַנע רעפֿעראַטן דעם „ספֿר זוהר‟, רבי יצחק לוריאס קבלה, און עטלעכע געשטאַלטן פֿון דער ייִדישער מיסטיק, למשל, דעם עץ־הדעת.

נאָך אַ רעפֿעראַט אינעם נײַעם ייִדישן מוזיי האָט אָפּגעהאַלטן לעאָניד יוניווערג, ירושלימער פֿאַרלעגער און געלערנטער. צוזאַמען מיט מיכאַיִל פּאָרכאָמאָווסקי האָט ער אין די 1990ער יאָרן אַרויסגעגעבן אַ סעריע ביכער „ייִדן אין דער קולטור פֿון רוסישער אימיגראַציע‟. יוניווערגס רעפֿעראַט האָט באַהאַנדלט די געשיכטע פֿון אַרויסגעבן ביכער אויף רוסיש אין ארץ־ישׂראל — פֿון מיט 150 יאָר צוריק ביז הײַנט, פֿון דער ליטעראַטור פֿאַר קריסטלעכע פּיליגרימען ביז דער „קורצער ייִדישער ענציקלאָפּעדיע‟ אין 11 גרויסע בענד. די רייד זײַנען געגאַנגען וועגן די גרונט־טענדענצן און דער אַנטוויקלונג פֿון אַרויסגעבן רוסישע ביכער, און דעם רוסישן סעגמענט פֿון ביכערמאַרק.

אַ שפּאַציר איבער מאָסקווע אויפֿן סמך פֿון וואַלטער בנימינס טאָגבוך

דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט אָרגאַניזירט אַן אָוונט געווידמעט וואַלטער בנימין און זײַן מאָסקווער טאָגבוך. בנימין, דער דײַטש־ייִדישער שרײַבער, פֿילאָסאָף און פֿילאָלאָג, איז די מיט־1920ער יאָרן געקומען קיין מאָסקווע — אי צוליב אַרבעט, אי צוליב זײַן ליבע צו דער סאָוועטישער אַקטריסע אַסיאַ לאַציס. דעמאָלט איז בנימין געווען גאַנץ קאָמוניסטיש געשטימט, אָבער פֿון מאָסקווע איז ער אַוועק מיט גרויסע ספֿקות און זײַן באַציִונג צו קאָמוניזם און סאָציאַליזם איז געוואָרן אַ סך קעלטער. „אשכּולות‟ האָט אָרגאַניזירט אַ דיסקוסיע וועגן בנימין און זײַנע מאָסקווער טעקסטן מיט אַלעקסיי פּעטוכאָוו, יואל רגבֿ און וואַלערי זאָלאָטוכין. נאָך דעם האָט טאַטיאַנאַ וואָראָנצאָוואַ און דער היסטאָריקער פֿון אַרכיטעקטור ניקאָלײַ וואַסיליעוו דורכגעפֿירט אַ שפּאַציר איבער מאָסקווע. זיי האָבן דערציילט, ווי אַזוי מאָסקווע האָט אויסגעזען אין די 1920ער יאָרן און געגעבן צו פֿאַרשטיין די אַטמאָספֿער, וועגן וועלכער עס שרײַבט וואַלטער בנימין אין זײַן טאָגבוך.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.