די לוקסענבורגער רעגירונג האָט געבעטן מחילה פֿאַר דער ראָלע, וואָס זי האָט געשפּילט אין די רדיפֿות אויף ייִדן, ווען די נאַציס האָבן אָקופּירט דאָס לאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון לוקסעמבורג, קסאַוויע בעטעל, האָט אונטערגעחתמעט אַ דעקלאַראַציע, לויט וועלכער דער פּאַרלאַמענט פֿון זײַן לאַנד „בעט מחילה בײַ דער ייִדישער קהילה פֿאַר די צרות און אומיושר‟.
60 דעפּוטאַטן פֿון דעם לוקסעמבורגער פּאַרלאַמענט האָבן אונטערגעשריבן די רעזאָלוציע. דער דאָקומענט אָנערקערט אויך דאָס אַחריות, וואָס געוויסע פּאָטיליקער פֿון זייער לאַנד האָבן געטראָגן פֿאַר די „שוידערלעכע געשעענישן‟, וואָס זענען געשען מיט די ייִדן בשעת דער נאַצי-תּקופֿה.
פֿאַר דער מלחמה, האָט די ייִדישע קהילה אין לוקסעמבורג באַטראָפֿן בערך 3,700 נפֿשות. מער ווי 1,200 אָרטיקע ייִדן זענען פֿאַרשיקט געוואָרן, אין די טויט־לאַגערן, וווּ די נאַציס האָבן זיי פֿאַרטיליקט אינעם פּעריאָד פֿון 1940 ביז 1944. אין אָקטאָבער 1941, האָט נאַצי-דײַטשלאַנד דערקלערט, אַז לוקסעמבורג איז „אויסגערייניקט‟ געוואָרן פֿון די ייִדן.
נישט לאַנג צוריק, האָט די לוקסעמבורגער רעגירונג דורכגעפֿירט אַן אויספֿאָרשונג און פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אָפֿיציעלן באַריכט, לויט וועלכן די רעגירונג פֿון זייער לאַנד האָט פּאָליטיש קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס און געהאָלפֿן זיי דורכצופֿירן די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות אויף דרײַ פֿאַרשיידענע אופֿנים: מע האָט געהאָלפֿן צו אידענטיפֿיצירן די מענטשן, וואָס האָבן געהערט צו דער „ייִדישער ראַסע‟, לויט די נאַציסטישע קריטעריעס; מע האָט אַזעלכע מענטשן פֿאַרטריבן פֿון די מלוכישע פּאָזיציעס, פּראָפֿעסיאָנעלע שטעלעס און שולן; מע האָט אויך בײַ זיי אָפּגענומען זייערע פֿאַרמעגנס. נאָכן דאָזיקן באַריכט, האָט די לוקסעמבורגער רעגירונג באַשלאָסן אויפֿצוטרעטן מיט אַן אָפֿיציעלער מחילה־דעקלאַראַציע.
בעלגיע, וואָס געפֿינט זיך בשכנות מיט לוקסעמבורג, איז אויפֿגעטראָטן מיט אַן ענלעכע מחילה־רעזאָלוציע אינעם יאָר 2012.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.