(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ס׳רובֿ קינדער, וואָס גייען אין די אָרטיקע מלוכישע שולן, זענען שפּאַניש־רעדער אָדער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. אונדזער געגנט געפֿינט זיך אָבער אין אַן אוניקאַלן דעמאָגראַפֿישן מצבֿ, ווײַל צווישן 33 טויזנט אָרטיקע שול־קינדער, גייען בלויז אַרום 9 טוינזט פֿון זיי אין מלוכישע בילדונג־אינסטאַנצן; די איבעריקע 24 טויזנט גייען אין 150 פּריוואַטע שולן, על־פּי־רובֿ ישיבֿות. דער דאָזיקער מצבֿ ווירקט אויפֿן בודזשעט פֿון מיזרח־ראַמאַפּאָ, ווײַל לויטן געזעץ מוזן די שול־אינסטאַנצן באַזאָרגן אַלע שולן, אַרײַנגערעכנט די פּריוואַטע, מיטן טראַנספּאָרט, ביכער און אַנדערע דינסטן. צוליב דעם, וואָס 70 פּראָצענט פֿון די אָרטיקע שול־קינדער לערנען זיך אין פּריוואַטע אַנשטאַלטן, באַקומען מיר צו ווייניק שטיצע פֿון דער רעגירונג אויף די דאָזיקע צוועקן.
דער פֿריִערדיקער מלוכישער „משגיח‟ איבער דער שול־אינסטאַנץ פֿון מיזרח־ראַמאַפּאָ, הענרי גרינבערג, האָט שוין באַמערקט, אַז צוליב דער אוניקאַלער דעמאָגראַפֿיע פֿונעם ראַיאָן, וווּ דער פּראָצענט קינדער, וואָס גייען אין פּריוואַטע שולן, שטײַגט מוראדיק גיך, וועט אַלץ מער געלט אויסגעגעבן ווערן אויפֿן טראַנספּאָרט און ספּעציעלע הוצאות פֿון פּריוואַטע אַנשטאַלטן אויפֿן חשבון פֿון די מלוכישער שולן, וואָס לײַדן צוליב דעם פֿון בודזשעט־מאַנגל. אויב די רעגירונג וועט אָפּנעמען די מאַכט בײַם בילדונג־ראַט, וועט דער מצבֿ סײַ־ווי־סײַ בלײַבן פּונקט דער זעלבער.
צוליב דעם דאָזיקן אוניקאַלן מצבֿ, האָבן מיר געמוזט שנײַדן דעם בודזשעט פֿון געוויסע פּראָגראַמען אין די מלוכישע שולן. ס׳איז אָבער נישט יושרדיק אונדז צו שילדערן ווי „מאָנסטערס‟, ווײַל מיר האָבן נישט געהאַט קיין אַנדער ברירה און האָבן געפֿאָלגט די געזעצן און ספּעציעלע אינסטרוקציעס פֿונעם ניו־יאָרקער שטאַט־דעפּאַרטאַמענט פֿון בילדונג־ענינים. אַדרבה, אונדז האָט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרבעסערן דעם בודזשעט־מצבֿ אינעם ראַיאָן. די וויילער האָבן אָפּגעשטימט לטובֿת אַ באַלאַנסירטן פּלאַן פֿאַרן יאָר 2015—2016, לויט וועלכן מע וועט אומקערן בערך 1.2 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר די געשניטענע פּראָגראַמען, און צוגעבן נאָך 2.6 מיליאָן צום בודזשעט.
ס׳איז אויך נישט אמת, אַז די מלוכישע שולן אין אונדזער ראַיאָן זענען די ערגסטע אינעם שטאַט. דער מצבֿ אין אַזעלכע ערטער, ווי באָפֿאַלאָ, מאָנט־ווערנאָן אָדער יאָנקערס, איז אַ סך ערגער.
די גיפֿטיקע רעטאָריק קעגן דער טעטיקייט פֿון אונדזער אָרגאַניזאַציע איז פֿאַרגאַנגען צו ווײַט. הגם אונדזער געגנט לײַדט פֿון ערנסטע פּראָבלעמען, וואָלט מען אין אַזאַ סענסיטיוו געביט, ווי די בילדונג, געקאָנט געפֿינען אַ בעסערע געזעצלעכע לייזונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.