זעקס נײַע וועלטלעכע (סעקולערע) ייִדישע וועגווײַזער — נאָכן פֿאַרענדיקן מער ווי דרײַ יאָר ברייט־פֿאַרצווײַגטע שטודיעס — זײַנען לעצטנס באַשטעטיקט געוואָרן אין לאָס־אַנדזשעלעס. כּמעט אַלע באַזיצן שוין פֿירנדיקע פּאָזיציעס אין די צוויי הויפּט־וועלטלעכע אָרגאַניזאַציעס אין שטאָט: די שלום־קהילה און דער דרום־קאַליפֿאָרניער אָפּטייל פֿון „אַרבעטער־רינג‟, וועלכע האָבן צוזאַמען פּאַטראָנירט די וועלטלעכע ישיבֿה.
וועלטלעכע וועגווײַזער זײַנען באַפֿולמעכטיקט אָנצופֿירן מיט חתונות און אַזעלכע פֿײַערונגען פֿונעם לעבנס־ציקל, ווי דערקלערן קינדער־נעמען, בת־ און בר־מיצוות און לוויות, ווי אויך צו שאַפֿן און אָנצופֿירן מיט אינאָוואַטישע יום־טובֿ־פֿײַערונגען.
אין דעם ישיבֿה־קורס, וועלכן די סטודענטן האָבן אָפֿט אַליין דורכגעפֿירט, זײַנען געווען סעמינאַרן איבער די וואָרצלען און גרונט־געדאַנקען פֿון דער וועלטלעכער ייִדישקייט, ביבלישער אינטערפּרעטאַציע, ייִדישער געשיכטע, ייִדיש־אַמעריקאַנער געשיכטע, ייִדיש־ייִדישער ליטעראַטור און קולטור, דעם לוח, די יום־טובֿים און לעבנס־ציקל פֿײַערונגען, ווי אויך הײַנטצײַטיקע ענינים. די ישיבֿה־קלאַסן האָבן זיך געטראָפֿן צוויי מאָל אין חודש אויף דרײַ שעה במשך פֿון 39 חדשים.
בײַ דער פֿײַערונג זײַנען אויך געווען די פֿיר וועגווײַזער, וועלכע זײַנען באַשטעטיקט געוואָרן נאָך אין 2009. זיי האָבן אָנגעפֿירט מיט אַ טיפֿער דיסקוסיע איבער דעם ווײַטערדיקן גאַנג פֿון אָרגאַניזירטע וועלטלעכע קהילות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.