אַ היפּש ביסל איז שוין אָנגעשריבן געוואָרן וועגן דער „סאָוועטיזירונג‟ פֿון שלום־עליכמען. איך האָב אויך צוגעלייגט צו דעם די האַנט — געשריבן וועגן דעם אין „פֿאָרווערטס‟, ווי אויך אין די אַקאַדעמישע אויסגאַבעס, סײַ אויף ענגליש און סײַ אויף רוסיש. בערך אין אַ חודש אַרום וועט אין פּעטערבורג אַרויסגיין מײַן רוסיש בוך אונטערן טיטל „דאָס ייִדישע ליטעראַרישע לעבן אין מאָסקווע, 1917—1991‟, און דאָרטן האָב איך אַ באַזונדערן קאַפּיטל אויף אָט דער טעמע.
דאָס בוך האָט מיר געגעבן די מעגלעכקייט צו דערגאַנצן מײַנע פֿריִערדיקע אַרטיקלען, בפֿרט מיטן דערמאָנען די ספּעציעלע באַראַטונג, געווידמען אַזאַ ענין: ווי אַזוי צו מאָלן דעם ייִדישן קלאַסיקער. די סאָוועטישע קונסט־וועלט איז קיין הפֿקר־וועלט ניט געווען; פֿון אויבן האָט מען אינסטרוקטירט און קאָנטראָלירט די קינסטלער, זיי זאָלן, חלילה, ניט אַראָפּגיין פֿון דעם ריכטיקן וועג.
אין מאָסקווע, אין דעם רוסלענדישן אַרכיוו פֿון ליטעראַטור און קונסט, האָט זיך אָפּגעהיט אַ סטענאָגראַמע פֿון דער ספּעציעלער באַראַטונג, דורכגעפֿירט דורך דעם קאָמיטעט, וואָס דער סאָוועטישער שרײַבער־פֿאַראיין האָט געהאַט געשאַפֿן, כּדי ווי עס דאַרף צו זײַן זיך צוגרייטן צום 80־יאָריקן יוביליי פֿון שלום־עליכמען. דאָ מוז מען זאָגן, אַז אין אַזעלכע „פּאַראַדנע‟ קאָמיטעטן פֿלעגט מען אײַנשליסן אויך ניט־ייִדישע שרײַבער, און דאָס איז געווען ניצלעך, ווײַל דערמיט האָבן זיך געשאַפֿן פֿאַרבינדונגען מחוץ די ריין ייִדישע ליטעראַרישע קרײַזן.
גלײַכצײַטיק, איז די אַרבעט פֿון אָט די קאָמיטעטן, דעם שלום־עליכם־קאָמיטעט בתוכם, געווען, פֿאַרשטייט זיך, דורכגעזאַפּט מיט אָפֿיציעלער אידעאָלאָגיע. ווען מע לייענט, וואָס און ווי אַזוי מע האָט בעת די זיצונגען גערעדט, פֿילט מען ווי אַנדערש ס’איז געווען דאָס טייג, פֿון וועלכן די סאָוועטישע מלוכה האָט געקנאָטן אירע לײַט.
הקיצור, דעם 5טן פֿעברואַר 1939 האָט זיך דער יוביליי־קאָמיטעט צונויפֿגעקליבן ניט אין זײַן פֿולן באַשטאַנד. עס זײַנען געקומען נאָר געציילטע מענטשן. אָבער מע האָט אײַנגעלאַדן אַ צאָל קונסט־טוער, וועלכע זײַנען ניט געווען מיטגלידער פֿון דעם קאָמיטעט. אויפֿן סדר־היום איז געשטאַנען (ווי אויך שוין דערמאָנט) די פֿראַגע וועגן דעם, ווי אַזוי שלום־עליכם האָט געדאַרפֿט אויסזען אין די אויגן פֿון סאָוועטישע מענטשן. בפֿרט נאָך, אַז צו יענער צײַט האָבן די סאָוועטישע קינסטלער נאָך ניט געהאַט געשאַפֿן קיין פּאָרטרעטן פֿון שלום־עליכם.
נחום אויסלענדער, וואָס האָט דער ערשטער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד באַקומען דעם טיטל פֿון „פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור‟ (שפּעטער האָט מען עס בײַ אים, דאַכט זיך, צוגענומען), פֿאָרגעלייגט צו קאַנאָניזירן ניט די אימאַזשן פֿון דעם שרײַבער, ווען ער טרינקט וואַסער אין קאַרלסבאַד אָדער געפֿינט זיך ערגעץ אין אַ שטעטל, נאָר דווקא זײַן אימאַזש פֿון אַרום דעם יאָר 1905, בעת די רעוואָלוציאָנערע געשעענישן אין רוסלאַנד.
אין יענער שטורמישער צײַט, ווי עס האָט באַמערקט אויסלענדער (ער איז דעמאָלט, פּונקט ווי שלום־עליכם, געווען אַ קיִעווער תּושבֿ), האָט דער ייִדישער קלאַסיקער געוואָלט אויסזען ווי דער פּראָגרעסיווער רוסישער שרײַבער מאַקסים גאָרקי; און ווײַזן אים ערגעץ אין קיִעוו צי אָדעס — ווי אַ גרויסשטאָטישן, ניט קיין קליינשטעטלדיקן, ייִדן.
שלום־עליכם האָט באמת געהאַלטן פֿון מאַקסים גאָרקי, און אַז מע קוקט זיך צו צו זײַנע פֿאָטאָס, זעט מען עפּעס אַן ענלעכקייט אין דעם נוסח פֿון אָנטאָן זיך און אונטערשערן זיך. אַזוי איז טאַקע אָנגענומען געוואָרן — אי בעת יענער זיצונג פֿונעם יוביליי־קאָמיטעט, אי אין דער פּראַקטישער אַרבעט פֿון סאָוועטישע קינסטלער…
איך וואָלט אפֿשר איצט ניט געשריבן וועגן דעם דאָזיקן ענין. דער געדאַנק צו באַרירן עס איז געקומען בעת מײַן אַנומלטיקער קורצער רײַזע קיין ישׂראל. אַ שוועסטערקינד מײַנע האָט באַשלאָסן צו ווײַזן מיר אַ סקולפּטור פֿון שלום־עליכמען, וואָס איז געשטעלט געוואָרן אין דער שטאָט נתּניה אין יולי 2012.
איך האָף, אַז אויף דעם פֿאָטאָ קען מען זען, וואָס דער קינסטלער האָט באַשלאָסן צו טאָן מיט שלום־עליכמען: ער האָט אים אַוועקגעזעצט אויף אַ ציג. ס’איז קלאָר, אַז דער קינסטלער לעוו סעגאַל (אויך אַן אַמאָליקער קיִעווער תּושבֿ) האָט ניט געפֿאָלגט דעם באַשלוס, וואָס איז אָנגענומען געוואָרן מיט דרײַ־פֿערטל יאָרהונדערט צוריק מצד דעם סאָוועטישן קאָמיטעט.
מיר איז שווער צו זאָגן, וואָס דער קינסטלער האָט געוואָלט דערמיט זאָגן. מײַן אייגענער טײַטש איז: אָט אַזאַ אומגעלומפּערט אָרט, אויף אַ ציג, פֿאַרנעמט איצט ניט בלויז שלום־עליכם, נאָר, צום גרויסן באַדויערן, די גאַנצע ייִדישע ליטעראַטור אין די אויגן פֿון די ייִדן, קודם־כּל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.