שיקלגרובער און דזשוגאַשווילי

Shiklgruber and Dzugashvili

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published June 12, 2015, issue of July 10, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דערווײַל האָט זיך שיקלגרובער אָפּגעזאָגט צו עסן ייִדישע מאכלים. ער איז געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז ער האָט אַלע געפֿילטע פֿיש דערשטיקט, פֿאַרטיליקט, פֿאַרניכטעט און פֿאַרטשאַדעט. זײַן באַליבט מאכל איז תּמיד געווען און פֿאַרבליבן סאַורבראַטן, שניצל, שטרודל און אַ פֿריש געבראָטן חזירל. „אַלע מײַנע חזירים‟, האָט ער אַרויסגעשיפּעט, „האָבן זיך געפּאַשעט אויף אַ רעזשים פֿון נאַציאָנאַל־סאָציאַליזם, און צום סוף, עס מיטגענומען מיט זיך קיין אַרגענטינע, וווּ זיי האָבן געאַרבעט פֿאַר די פֿירמעס ׳מערצעדעס בענדז און פֿאָלקסוואַגען.׳‟

פֿערדינאַנד און איזאַבעלאַ האָבן ווייניק וואָס פֿאַרשטאַנען פֿון זייער פּלאַפּל. זי האָט ליבערשט אָבסערווירט דעם עולם מיטוווינער. צווישן זיי אַלע, וואָס האָבן געהאַט אַ האַנט און אַ פֿוס אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן אומקום ווי פּעטלוראַ, באָגדאַן כמעלניצקי און דער מופֿטי.

דערווײַל האָט דער הילכער אַנאָנסירט ווער עס איז פֿאַראינטערעסירט צו הערן וואַגנערס מוזיק, וועט קענען נעמען דעם וואַרטנדיקן אויטאָבוס. שיקלגרובער האָט זיך דערפֿרייט:

„דאָנערוועטער! ווי לאַנג דאַרף מען דאָ וואַרטן אויף אַ קלאַסיש ווערק?‟, האָט ער געשטורעמט. דער הילכער האָט ווײַטער צו וויסן געטאָן, ווער עס איז פֿאַראינטערעסירט אין באַזוכן „קווינס קאָלעדזש‟, וווּ עס גיט לעקציעס דער באַרימטער רוסישער פּאָעט פֿון „באַבי־יאַר‟, יעווטושענקאָ אויף ענגליש, זאָל זיך מעלדן אין ביוראָ אויפֿן ערשטן שטאָק.

„דזשוגי‟ האָט געשטורעמט:

„מיר האָבן געשמט מיט אַ בילכערן פּאָעט פֿון אים. יענער האָט געשריבן די אָפּערע „יעווגעני אָניעגין‟ און „רוסלאַן און לודמילאַ‟, אונדזער אייגענער אַלעקסאַנדער פּושקין.

„אַ שאָד וואָס אין גיהנום רײצט מען זיך מיט דיר‟, האָט שיקלגרובער אַראָפּגעשלונגען די סלינע. „ווער האָט צוגעטראַכט אַזאַ ביטערן גיהנום וויל איך וויסן,‟ האָט ער געלאַרעמט מיט אַן אַרויסגעשטעקטן רעכטן אָרעם. „הײַל! הײַל!‟ — איז געקומען פֿון ערגעץ אַ פֿאַרבאָרגן קול און אים אויפֿגעשטאָפּט דעם קאָפּ:

„דאָס גאַנצע קאַבודל מיטן שטרודל, וואָס זיצט בײַ אײַער טישל, איר אַליין האָט אַראָפּגעברענגט דעם גיהנום אויף דער וועלט, צאָלט איר דערפֿאַר ווי די טאַטעלעך.‟

דאָס עסן איז פֿאַרשוווּנדן פֿון טיש און אויף זייער אָרט האָבן זיך באַוויזן פֿלעשער ווײַן — רויטער ווײַן, רויט ווי בלוט, צו שטילן זייער דורשט. און דאָס איז אויך געווען אַ מיראַזש. דערווײַל, האָבן זיי זיך דערוווּסט, אַז דער גיהנום פֿאַרמאָגט זיבן מדורי־גיהנום. אין ערשטן טײל ברענט מען און מ’בראָט, אין צווייטן אָפּטייל קריגט מען צו עסן פֿון שענסטן און פֿון בעסטן, נאָר איידער מ’פֿאַרזוכט ווערט עס נעלם. אין דריטן גיהנום לייענט מען דיר פֿאָר די פּאָעזיע פֿון גראַפֿאָמאַנען, אין פֿערטן — שפּילט מען דיר סטראַווינסקיס מוזיקאַלישע עטיודן, אין פֿופֿטן הערט מען מאַאָ־צע־טונגס רעפֿעראַטן און פֿידעל קאַסטראָס לאַנגע ציטאַטן; אין זעקסטן גיהנום עפֿנט מען דיר דעם עקראַן און מ’צווינגט דיך צו זען ביידע וועלט־מלחמות מיט די מיליאָנען קרבנות, אין זיבעטן שפּילט מען אויף סטאַלינס פּריקאַזן און היטלערס ציקלאָן־גאַזן, שוין אָפּגערעדט פֿון זײַנע ווילדע רייד גאָרנישט פֿאַרשטעלט, וווּ ער וואָרנט צו פֿאַרכאַפּן די וועלט…

די צרה מיטן גיהנום איז, וואָס ס’איז שוין נישט פֿאַרבליבן קיין „ריעל־עסטייט‟, קיין אָרט פֿאַר די הײַנטיקע דעספּאָטן. סאַדאַם כוסיין און אַראַפֿאַט ליגן שוין אונטערן פּלויט,און באַקן בייגל, וועלכע זיי טאָרן נישט פֿאַרזוכן. דער איינציקער, כאָטש ער איז נישט דער איינציקער, וועלכע יענע וועלט דערוואַרט אין גיכן, איז אַסאַד דעם „עד לא יד‟, וועלכער הייבט נישט אָן צו פֿאַרשטיין, אַז הריגה פֿון אַן אייגן פֿאָלק און די פֿעלקער אַרום, איז געגליכן צו אַ מיתה־משונה, אַ משונהדיקן טויט, געגליכן צו אַ ספּאַזם פֿון דער ערד גופֿא — אַן ערדציטערניש, אַ מגפֿה, אַ ציקלאָן מיט אַ דראָן. אָבער קיינער לערנט זיך נישט אָפּ, יעדערער פֿון זיי האָט אַ פֿאַרשטאָפּטן קאָפּ…

ווי זאָגט מען בײַ אונדז, מ’קען האָבן די וועלט און יענע וועלט אויף דער וועלט, אָבער ווער קימערט זיך?