ס’קלינגט אפֿשר ביזאַר און אפֿשר גראָטעסק, ווען צוויי פֿאַרזעענישן גייען אַרויף אויף דער בינע, זינגען און טאַנצן, און דער עולם לאַכט און האַלט זיך בײַ די זײַטן. מיט דער צײַט זײַנען די צוויי תּלינים אַלט געוואָרן און זיך באַזעצט אין אַן „אַסיסטעד ליווינג‟ (באַהילפֿיק לעבן) אין אַ גהינום, וווּ מ’העלפֿט אײַך פֿאַרטרײַבן די לאַנגע טעג און נעכט אין גײַסט פֿון נקמה; בײַ טאָג הענגט מען, און בײַנאַכט ברענט מען, און אין צווישן — גיט מען אײַך צו פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון סמאָלע.
דער זאַל איז פֿול מיט ווײַסע קעפּ. צוויי פֿאַרלוירענע נשמות ווילן זיך דווקא זעצן בײַ אַ טישל, זאָגט מען זיי, ס’איז רעזערווירט. קוים מיט צרות געפֿונען אַ טיש, וווּ עס זײַנען געזעסן צוויי אַלטע מענער, איינער מיט קליינע וואָנצעלעך און דער צווייטער מיט לאַנגע קאַזאַצקע וואָנצעס ווי בײַ אַ פֿאַצעט. די אַמאָליקע מלכּה שטרעקט אויס צו זיי אַ האַנט און באַגריסט זיך:
„איך בין די קעניגין איזאַבעלאַ ביז אַהער געווען פּראָפֿעסאָר פֿון קאַטוילישן קאַטאַקליזם און שמד־אָלאָגיע אין מאַדרידער אוניווערסיטעט; און מײַן מאַן, פֿערדינאַנד, איז פּראָפֿעסאָר פֿון סאַראַגאָסאַ־אוניווערסיטעט. זײַן ספּעציאַליטעט איז באַשטאַנען פֿון נאַוויגאַציע און שײַטער־הייף.‟
דער מענטש מיט די קאַזאַצקע וואָנצעס האָט זיי אָנגעוויזן צו זיצן, זיך פֿאַרנייגט און געלאָזט הערן פֿון זיך:
„מײַן נאָמען איז יוסעף, וויסאַריאָנאָוויטש דזשוגאַשווילי־סטאַלין, פֿון דער היים „דזשוגי‟, און איך האָב ביז אַהער געלערנט אַגראָנאָמיע און גולאַגאָלאָגיע אין האַרוואַרדער אוניווערסיטעט, צוזאַמען מיט כרושטשאָווס זון; נאָר יענער האָט זיך קאָנצענטרירט אויף פּאָליטיק, און איך אויף די פֿוילע שטיק…
„באַקענט זיך מיט מײַן קאָלעגעלע, ׳פּאָ פֿאַכו׳, אַדאָלף שיקלגרובער־היטלער, פּראָפֿעסאָר פֿון מאָרטאָלאָגיע און ציקלאָנאָלאָגיע אין פּרינסטאָן. דאָרט האָט ער זיך באַקענט מיטן פּראָפֿעסאָר אַלבערט אײַנשטיין, וועלכער איז געווען פֿאַרטאָן אין דער טעאָריע פֿון רעלאַטיוויטעט.‟
„זייער אײַנגענעם,‟ האָט זיך איזאַבעלאַ דערפֿרייט און זיך געמאַכט באַקוועם אויפֿן בענקל און גענומען באַקוקן די מעניו.
„הײַנט סערווירט מען געפֿילטע פֿיש מיט כריין, טשאָלנט און קישקע, געהאַקטע לעבער מיט וועמפּלעך מיט אַ מײערן־צימעס, ס’קומט אָבער נישט צו אונדזער רויטן באָרשט און בלינצעס, שטשי און פּעלמעני,‟ רופֿט זיך אָפּ דזשוגאַשווילי, „איך גיי אויס פֿאַר רויטן באָרשט, דעם קאָליר פֿון בלוט, ווער קען פֿאַרגעסן אַז אונדזערע רויטע פֿענער האָבן געפֿלאַטערט אין יעדן ווינקעלע פֿון לאַנד, אונטער שטעכל־דראָט, אַפֿילו די ווײַסע בערן האָבן געהאַט דרך־ארץ פֿאַר אונדזער פֿאָן. אין אַמעריקע זײַנען די ראָזנבערגס ליבערשט געגאַנגען צום טויט פֿאַר אונדזער אידעאַל, אַנשטאָט צו זײַן לעבעדיקע עלטערן צו זייערע צוויי זינדלעך.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.