אַ גרופּע פֿון בערך 200 דעלעגאַטן, וואָס רעפּרעזענטירן 31 לענדער, האָט זיך דינסטיק, דעם 9טן יולי, פֿאַרזאַמלט אין בודאַפּעשט אויף אַ קאָנצערט, מיט וועלכן עס האָט זיך געעפֿנט די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ פֿון דער „אַליאַנץ פֿאַר חורבן־הזכּרה‟.
דער קאָנצערט פֿון כּלי־זמרישער מוזיק איז פֿאָרגעקומען אין דער גרויסער בודאַפּעשטער שיל, וואָס שטייט אויף דער גאַס דאָהאַן, אינעם היסטאָרישן ייִדישן קוואַרטאַל. יאַנאָש לאַזאַר, דעם אונגערישער מלוכה־סעקרעטאַר, איז אויפֿגעטראָטן אויפֿן קאָנצערט מיט אַ רעדע און באַטאָנט, אַז אָן די ייִדן וואָלט זײַן לאַנד נישט געקאָנט דערגרייכן אַזויפֿיל דערפֿאָלג במשך פֿון הונדערטער יאָר.
די קאָנפֿערענץ, וואָס קומט פֿאָר יעדע צוויי יאָר, וועט געדויערן פֿיר טעג. די הויפּט־טעמע, וואָס די דעלעגאַטן וועלן באַטראַכטן, איז די ווירקונג פֿונעם ייִדישן חורבן אויף דער הײַנטיקער פּאָליטיק.
אין זײַן רעדע, האָט לאַזאַר צוגעזאָגט צו שאַפֿן אַ רשימה פֿון 600,000 אונגערישע בירגער, וועלכע זענען אומגעבראַכט געוואָרן בעת דעם חורבן, און צו פֿאַרשרײַבן אַלע זייערע נעמען אויפֿן „מעמאָריאַלן בוים‟, וואָס שטייט אינעם הויף פֿון דער דערמאָנטער שיל, אָדער אויפֿן אָנדענק־מויער אינעם בודאַפּעשטער „צענטער פֿון חורבן־הזכּרה‟.
דער מלוכה־סעקרעטאַר האָט ווידער באַשטעטיקט די פּאָזיציע פֿון זײַן רעגירונג, וועלכע האָט צוגעזאָגט צו עפֿענען אַ חורבן־מוזיי אין דער שטאָט נאָכן הסכּם מיט דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. לאַזאַר האָט דערקלערט, אַז אָן אַ רשות פֿון די ייִדן, וועט מען נישט אָנהייבן צו פֿאַרווירקלעכן דעם פּלאַן, וועלכן מע האָט קריטיקירט פֿאַרן אויסמײַדן די שולד פֿון די אונגאַרן אינעם חורבן און פֿאַרן אַקצענט בלויז אויפֿן לעצטן יאָר פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען אינעם לאַנד זענען שוין כּמעט נישט געבליבן קיין ייִדן.
די ייִדישע באַפֿעלקערונג אינעם הײַנטיקן אונגערן באַטרעפֿט בערך 80,000 נפֿשות. אַרום 7,000 פֿון זיי זענען די ניצול־געוואָרענע פֿון דער שארית־הפּליטה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.