בערלין. — דער בירגער־מײַסטער פֿון קעלן האָט אַנולירט אַן אויסשטעלונג אין זײַן שטאָט, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון אַ גרופּע ישׂראלדיקע סאָלדאַטן און שאַרף קריטיקירט די כּלומרשטיקע שלעכטע באַהאַנדלונג פֿון די פּאַלעסטינער מצד די צה״ל־כּוחות.
דער באַשלוס איז געווען אַ רעזולטאַט פֿון פֿאַרהאַנדלונגען צווישן דעם בירגער־מײַסטער, יוגען ראָטערס, דער אָרטיקער ייִדישער קהילה און דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע, האָט איבערגעגעבן דער פּראָ־ישׂראלדיקער אַקטיוויסט סאַשאַ סטאַווסקי, גרינדער פֿון דער וואַך־אָרגאַניזאַציע Honestly Concerned.
די אויסשטעלונג, „ברעכט דאָס שווײַגעניש‟, באַשטייט פֿון גבֿית־עדות פֿון ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, וואָס פֿאַרדאַמען די כּלומרשטיקע באַעוולונג פֿון די פּאַלעסטינער. די ישׂראלדיקע אָרגאַניזירער פֿון דער אויסשטעלונג האָבן געהאַט פֿאַרפּירסומט די אונטערנעמוטנג ווי אַ טייל פֿון דער הײַיאָריקער דאַטע פֿון 50 יאָר באַציִונגען צווישן דײַטשלאַנד און ישׂראל. דאָס געשעעניש איז אָבער קיין מאָל אָפֿיציעל נישט באַשטעטיקט געוואָרן ווי אַ טייל פֿון די פֿײַערונגען במשך פֿונעם יאָר, און האָט נישט געהאַט דאָס דערלויבעניש צו ניצן דעם לאָגאָ פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע און פֿונעם דײַטשן אויסלאַנד־מיניסטעריום.
לויט די נײַעס־באַריכטן, האָט די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע אין בערלין געבעטן בײַם דײַטשן אויסלאַנד־מיניסטעריום צו אַנולירן די אויסשטעלונג און אַנדערע נישט־אָנגענומענע אונטערנעמונגען.
סטאַווסקי, וואָס האָט אָנטייל גענומען אין די פֿאַרהאַנדלונגען הינטער די קוליסן, האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז „די פֿײַערונג פֿון 50 יאָר מערקט אָפּ און שפּיגלט אָפּ די באַציִונגען צווישן דײַשלאַנד און ישׂראל, און דאָס איז נישט די געהעריקע צײַט צו פֿאַרדאַמען ישׂראל אויף אַזאַ איין־זײַטיקן אופֿן.‟
מיט אַ וואָך פֿריִער האָט ישׂראל זיך באַקלאָגט צו דער שווייצער רעגירונג וועגן איר סובסידיע פֿון $16,000 פֿאַר דער אויסשטעלונג, Breaking the Silence, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין דער שווייץ. ישׂראל האָט געטענהט, אַז דער ציל פֿון דער אָרגאַניזאַציע איז „פּשוט צו באַשמוציקן די נעמען און רעפּוטאַציעס פֿון די צה״ל־סאָלדאַטן‟, כּדי צו שטערן די רעפּוטאַציע פֿון מדינת־ישׂראל בכלל. די שווייצער רעגירונג האָט פֿאַרטיידיקט די פֿאָרשטעלונג, זאָגנדיק, אַז זיי האַלטן זי פֿאַר „אַ באַלאַנסירטער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.