כאָטש מײַן מאַמעס משפּחה איז דורכויס אַן אַשכּניזישע, איז די חמסה, אַ פּנים, אַ דורות־לאַנגע טראַדיציע בײַ זיי. איך ווייס ניט פֿאַר וואָס, אָבער אַ סך קרובֿים מײַנע זענען אויפֿגעוואַקסן מיט חמסות אין זייערע היימען, און ס׳זעט מיר אויס, אַז די טראַדיציע איז געקומען אַזש פֿון בעסעראַביע, פֿון וואַנען מײַנע עלטערע באָבע־זיידע זענען געקומען גלײַך נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. איך האָב קיינמאָל ניט געהערט, אַז די בעסעראַבער ייִדן זאָלן האָבן זיך באַנוצט מיט חמסות, נאָר ס׳וואָלט מיר ניט געווען קיין חידוש, ווען מײַנע בעסעראַבער אָבֿות וואָלטן זי יאָ געהאַט גענוצט ווי אַ שוץ־מיטל, ווײַל יענער צד פֿון מײַן משפּחה האָט געהאַלטן פֿון כּלערליי מיסטישע ריטואַלן. אַלטע קרובֿים וואָס מײַן מאַמע האָט געקענט, האָבן אַפֿילו „געלייענט קאָרטן‟, אַ בקיאות אויסגעלערנט בײַ די ציגײַנער חבֿרים.
די חמסה איז אין דער אמתן ניט קיין עקסלוסיווער ייִדישער סימבאָל, נאָר אַ ברייט־פֿאַרשפּרייטע קמיע, וואָס איז פּאָפּולער צווישן אַ סך פֿעלקער און רעליגיעזע גרופּעס אינעם מיטעלן־מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע. דער סימבאָל שטאַמט, אַ פּנים, פֿונעם אור־אַלטן בבֿול און האָט קלאָרע פּאַראַלעלן צו ענלעכע סימבאָלן, מיט וועלכע די מיצרים האָבן זיך באַנוצט, כּדי פֿאָרצושטעלן די פֿינגער פֿון זייערע געטער „איזיס‟ און „אָסיריס‟. אינעם פֿאָלקלאָר פֿון די מיזרח־ייִדן ווערט דער סימבאָל, וואָס נעמט איר נאָמען פֿונעם אַראַבישן וואָרט פֿאַר פֿינף (ענלעך צו דעם העברעיִשן „חמישה‟), אויסגעטײַטשט ווי אַן אופֿן צו באַדאַנקען גאָט פֿאַר די פֿינף חושים. כּמעט אַלע פֿעלקער, וואָס באַנוצן זיך מיט חמסות, אַרײַנגערעכנט די אַמאָליקע פֿיניקים און די הײַנטיקע מיזרח־ייִדן, באַטראַכטן די קמיע אויך ווי אַ שוץ־מיטל קעגן דעם „עין הרע‟.
הײַנט צו טאָג האַלט קיינער ניט אין מײַן מאַמעס משפּחה פֿון קיין „עין הרעס‟ אָדער פֿון קיין מיסטישע איבערגלויבענישן בכלל. די חמסה בלײַבט אָבער יאָ בײַ זיי אַ באַליבטער סימבאָל און צוליב דעם זאַמלט מײַן מאַמע חמסות פֿון איבער דער גאָרער וועלט.
לעצטנס, בין איך געווען אין מעקסיקע אויף אַ חתונה און בעת אַ באַזוך אין אַ טראַדיציאָנעלן מאַרק אין „קויאַקאַן‟, אַ שיינע געגנט אין דער שטאָט מעקסיקע, האָבן מײַנע אויגן צופֿעליק זיך אָנגעשטויסן אין אַ ריי חמסות. די חמסות האָט מען אויסגעלייגט אין אַ בודקע צוזאַמען מיט כּלערליי אַנדערע מיסטישע סימבאָלן: הינדישע געטשקעס מיט כינעזישע סימבאָלן, קאַטוילישע צדיקים און די בתולה מאַריאַ, צוזאַמען מיט אַ דאָרטיקן אַצטעקישן גאָט „טעזקאַטליפּאָקאַ‟ אין פֿאָרעם פֿון אַ יאַגואַר. פֿאַר די פֿאַרשידענע קמיות, מיסטישע סימבאָלן, הייליקע וואַסערן און „שוץ־פּודערן‟ איז געשטאַנען אַ יונגערמאַן אין אַ ווײַסן כאַלאַט, אַזוי ווי יענע וואָס עס טראָגן די מעדיצינישע סטודענטן. נאָך דעם, וואָס ער האָט מיר דערקלערט, אַז ער נעמט ניט אָן קיין קרעדיט־קאַרטלעך און איך בין אַוועקגעפֿאָרן נאָך מזומן־געלט, איז פּלוצלעם אויסגעבראָכן אַ שלאַקס־רעגן און איך בין געבליבן שטעקן כּמעט אַ שעה אין אַ באַנק.
איך האָב געמיינט, אַז דער אייגנטימער פֿון דער בודקע וואָלט געדאַרפֿט זײַן צופֿרידן, אַז איך בין טאַקע צוריקגעקומען ווי כ׳האָב אים געהאַט צוגעזאָגט; ער האָט אָבער אויסגעזען באמת נערוועז וואָס ער זעט מיך, און, אָן קיין שום באַגריסונג, גלײַך געזאָגט: „איך זע, ׳סעניאָר׳, איר האָט טאַקע גרויסע צרות‟.
„וואָס הייסט?‟ האָב איך געפֿרעגט.
„נו, אַז איר זענט צוריקגעקומען נאָך אַ שעה, הייסט עס, אַז איר נייטיקט זיך טאַקע אין מײַן הילף‟.
„וואָס פֿאַר אַ הילף?‟ האָב איך געפֿרעגט אַ געפּלעפֿטער.
„נאָר איר אַליין ווייסט עס‟ האָט ער געזאָגט מיט אַ שווערן זיפֿץ. „איר דאַרפֿט מיר דערקלערן, כּדי איך זאָל אײַך קענען העלפֿן‟.
„אָבער איך לײַד ניט פֿון קיין באַזונדערע פּראָבלעמען‟, האָב איך אים געענטפֿערט.
„נו‟, האָט ער געזאָגט, „אַז איר האָט מורא, ׳סעניאָר׳, מיר צו דערקלערן, פֿון וועלכע פּראָבלעמען איר לײַדט, הייסט עס, אַז איר לײַדט טאַקע פֿון געפֿערלעכע צרות. די חמסה (און ער האָט טאַקע זיך באַנוצט מיטן וואָרט „המסה‟) באַשיצט ניט קעגן אַלע פּראָבלעמען, נאָר ספּעציפֿישע, און עס קען זײַן, אַז איר נייטיקט זיך גאָר אין אַנדערע שוץ־מיטלען. איך זע, למשל, אַז אײַערע נירן זענען ניט אין גאַנצן מיט אַלעמען, כאָטש איר ווייסט דאָס נאָך ניט, און פֿאַר דעם דאַרף מען קודם זיך באַנוצטן מיט אַ…‟
אין דער צײַט איז צו דער בודקע צוגעקומען אַ גרופּע פֿון פֿינף מיידלעך, וואָס האָט פֿאַרכאַפּט דעם אויפֿמערק פֿונעם קמיע־הענדלער.
בעת די כּמעט 20 מינוט פֿון וואַרטן האָב איך אַ דערשטוינטער זיך צוגעהערט ווי איינע פֿון די מיידלעך, דערקלערט דעם קמיע־הענדלער מיט טרערן, וועגן אַלע אירע פּראָבלעמען, ווי ער וואָלט געווען אַ פּסיכאָלאָג. לאָזט זיך אויס, אַז זי האָט נאָר וואָס אַנטדעקט, אַז איר חבֿר פֿירט אַ לינקע ליבע, און אין דעם זענען זיכער שולדיק די „קאָסמישע שטראַלן‟ און „שדים‟, וואָס האָבן אים אַראָפּגעפֿירט פֿונעם ריכטיקן וועג.
דער קמיע־הענדלער האָט איר באַוויזן פֿאַרשידענע פֿיגורקעס, פּודערן, וואַסערן און געטשקעס און דערקלערט, ווי אַזוי זיי שטיצן יעזוסן און די בתולה מאַריאַ איר צו העלפֿן און שיצן קעגן פֿאַרשידענע בייזע כּוחות, שדים, „קאָסמישע שטראַלן‟ און טײַוולאָנים. איך געדענק ניט, וועלכע פֿון די מער ווי 10 זאַכן, וואָס זי האָט געקויפֿט, האָבן זי געדאַרפֿט פֿאַרהיטן קעגן וואָסערע פּראָבלעמען, אָבער איך געדענק יאָ, אַז ער האָט איר געעצהט צו קויפֿן אַ פֿיגורקע פֿונעם הינדישן גאָט „גאַנעשאַ‟ (באַקאַנט צוליב זײַן קאָפּ פֿון אַ העלפֿאַנד), כּדי „צוצוהעלפֿן‟ דער בתולה פֿון גואַדעלופּע, עפּעס, וואָס איז געווען מיר אַזוי אַבסורדיש, אַז איך האָב קוים געקענט אײַנהאַלטן מײַן געלעכטער.
נאָך דעם, וואָס די מיידלעך זענען, סוף־כּל־סוף, אַוועק האָט דער סוחר זיך דערמאָנט אין מיר און מײַנע „צרות‟. ווען איך האָב אים דערקלערט, אַז איך וויל קויפֿן די חמסה סתּם ווי אַ צירונג, אַ מתּנה פֿאַר דער מאַמען, האָט ער זיך צעלאַכט. „ווער קויפֿט אַ חמסה סתּם ווי אַ צירונג און ניט ווי קיין שוץ־מיטל?‟ האָט ער געזאָגט. ניט ווילנדיק זיך אַרײַנלאָזן אין אַזעלכע דערקלערונגען, אַז זייער אַ סך מענטשן איבער דער וועלט טוען עס סתּם אַזוי, האָב איך אים באַצאָלט, כּדי צו קענען וואָס גיכער פֿאַרלאָזן זײַן בודקע.
ער האָט מיך אָבער אָפּגעשטעלט און געזאָגט: „אַז איר דערקלערט מיר ניט, פֿון וואָס איר לײַדט, וויל איך אײַך פֿאָרט פּרובירן העלפֿן מיט פֿאַרשידענע זאַכן‟ און נאָך איידער איך האָב אים געקענט אָפּשטעלן, האָט ער באַשפּריצט די חמסה מיט „הייליק וואַסער‟, צוזאַמען מיט עפּעס אַ פּאַרפֿום, און אַרײַנגעלייגט אַ ביסל רײַז און אַ פּאָר קאַרעלן פֿון אַ קאַטוילישן רויזנקראַנץ (rosary). שוין זײַענדיק אַ היפּש ביסל טריט פֿון דער בודקע, האָב איך דערהערט זײַן קול: „האַלט אַן אויג אויף אײַערע נירן‟!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.