פֿאַרלאָזנדיק קעשענעוו מיט צוויי יאָר צוריק און, קומענדיק אויף שטענדיק קיין ישׂראל, האָב איך באַשלאָסן, אַז צווישן אַנדערע מײַנע אַרטיקלען אין „פֿאָרווערטס‟ וועל איך דערציילן וועגן מײַנע בני־עיר, וואָס האָבן געמאַכט אַ קאַריערע אין זייער נײַער היים. הײַנט וויל איך דערציילן וועגן ראָמאַן פּאָלאָנסקי, וואָס האָט זיך בײַ מיר געלערנט ווי אַ פּיאַניסט אינעם קעשענעווער מוזיק־קאָלעדזש.
קודם־כּל, האָב איך געדאַרפֿט זיך מיט ראָמאַנען טרעפֿן, צו פֿאַרפּינקטלעכן געוויסע פּרטים, אָבער דווקא זיך צו טרעפֿן מיט אים איז כּמעט אוממעגלעך: הײַנט איז ער אין דער אַמעריקאַנער אַטלאַנטע, מיט עטלעכע טעג שפּעטער — אין קאַנאַדע, און מיט אַ וואָך פֿריִער האָב איך אים טעלעפֿאָניש געכאַפּט אין מעלבורן, אויסטראַליע. פֿאַר וואָס אַזוי? ראָמאַן פּאָלאָנסקי איז דער דירעקטאָר פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן אָפּטייל בײַ דער ייִדישער אַגענץ‟, מער באַקאַנט ווי „סוכנותּ‟. זײַן הויפּט־אויפֿגאַבע איז צו זײַן אין פֿאַרבינדונג מיט די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן איבער דער וועלט.
ווען דער מענטש איז טאַלאַנטירט, זעט מען עס אין אַ סך געביטן. אַזוי איז אויך געשען מיט ראָמאַן פּאָלאָנסקי. אין די סוף 1980ער האָט ער באַשלאָסן עולה צו זײַן קיין ישׂראל, און אָנגעהויבן אינטענסיוו צו לערנען זיך עבֿרית. צו יענער צײַט, שוין אַ טאַטע פֿון צוויי קינדער, פֿלעגט ער אָפֿט פֿאָרן קיין מאָסקווע צו שטודירן די שפּראַך, און קיין ישׂראל איז ער שוין געקומען „מיט עבֿרית‟, ווי מע פֿלעגט דעמאָלט זאָגן.
נאָך אין מאָסקווע, אויף די עבֿרית־קורסן, האָט ער זיך באַקענט מיט דער פּראָפֿעסאָרין פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט עדנאַ לאַודען, און ווען ער איז געקומען קיין ישׂראל, האָט זי אים פֿאַרבעטן צו זײַן אַ שפּראַך־לערער פֿאַר די סטודענטן־אימיגראַנטן, געקומען פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. מיט אַ יאָר שפּעטער האָבן זיי צוזאַמען צונויפֿגעשטעלט אַן עבֿרית־רוסיש ווערטערבוך, און נאָך עטלעכע לערן־ביכער.
און דאָך, האָט ראָמאַן געחלומט זיך פֿאַרנעמען מיט זײַן פֿאַך, ווי אַ רעזשיסאָר פֿון מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונגען, וואָס ער האָט באַקומען אין דער לענינגראַדער מוזיק־אַקאַדעמיע. גאָר אין גיכן האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז אין ישׂראל נאָך דער ריזיקער עליה פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זײַנען געקומען מער רעזשיסאָרן, ווי אַקטיאָרן; און אַקטיאָרן זײַנען דאָ מער ווי ליבהאָבער פֿון אָפּערע. וואָס זשע טוט מען?
צוגעשפּילט האָט אים אַ צופֿאַל. די ראַדיאָ־אוידיציע „קול־ישׂראל‟ האָט דעמאָלט פֿאַרברייטערט איר פֿאַרנעם פֿון די פּראָגראַמען אויף רוסיש. ראָמאַן האָט זיך באַטייליקט אינעם קאָנקורס און, שטעלט זיך פֿאָר, אים געוווּנען. דער געהאַלט איז געווען אַ קנאַפּער, 1200 ש״ח אַ חודש, אָבער דאָס געפֿיל פֿון טאָן עפּעס וויכטיקס, האָט צוגעגעבן מוט. לויט זײַן בילדונג וואָלט ער געדאַרפֿט זיך פֿאַרנעמען אויף דעם ראַדיאָ מיט קולטורעלע אַספּעקטן; נאָר ראָמאַן באַשליסט אַנדערש: יעדן אינדערפֿרי מאַכט ער אַן איבערזיכט פֿון די עבֿרית־צײַטונגען און שמועסט דירעקט מיטן צושויער. אַזוי אַז זײַן רעזשיסאָרישער פֿאַך איז אים צוניץ געקומען, ער מאַכט פֿון דער פּראָגראַם אַ מין ספּעקטאַקל.
ער ווערט זייער פּאָפּולער, און די רוסישע בײַלאַגע „וורעמיאַ‟ (צײַט) בײַ דער צײַטונג „מעריבֿ‟ פֿאַרבעט אים צו ווערן אַן אַרויסלאָז־רעדאַקטאָר; יעדן טאָג דאַרף ער צושטעלן אַן אַרטיקל פֿון 2,000 ווערטער. זײַן אַרבעטס־טאָג פֿלעגט זיך אָנהייבן 3:30 בײַ נאַכט (אָדער אין דער פֿרי), ווען ער פֿלעגט קומען אין סטודיאָ, זיך באַקענען מיט די ערשט־דערשינענע צײַטונגען און מאַכן פֿון זיי אַן איבערזיכט. בײַ דער אַרבעט, ווי אַ זשורנאַליסט, האָט ער געשמועסט מיט אַ סך אָנגעזעענע פּאָליטישע פּערזענלעכקייטן, בתוכם יצחק ראַבין, אַריאל שרון, שמעון פּערעס און אַנדערע.
מיט יאָרן שפּעטער האָט ראָמאַן פֿאַרשטאַנען, אַז יענע שווערע צײַטן זײַנען בײַ אים געווען די בעסטע, ווײַל אַלץ פֿלעגט ער טאָן מיט גרויס ענטוזיאַזם און חשק. אין אַ טאָג האָט אים אָנגעקלונגען יולי עדעלשטיין, דעמאָלט אַן אַקטיווער טוער אין דער רוסישער עולים־באַוועגונג, בײַ גלײַך מיט שטשעראַנסקין. בײַ זייער טרעפֿונג האָט ער געזאָגט, אַז זיי גייען שאַפֿן אַ „רוסישע פּאַרטיי‟, און אַז זיי וואָלטן געוואָלט זען פּאָלאָנסקין ווי אַ פּרעסע־סעקרעטאַר. זיך אָפּזאָגן פֿון אַזאַ פֿאָרשלאָג האָט ראָמאַן נישט געקאָנט; דאָס פּאָליטישע לעבן פֿון די „רוסישע‟ האָט דעמאָלט ממש געשפּרודלט.
במשך פֿון אַ יאָר האָט ער אָנגעפֿירט מיט דער פּראָפּאַגאַנדיסטישער אַרבעט, און דער רעזולטאַט האָט אַלעמען איבערראַשט: 7 דעפּוטאַט־מאַנדאַטן אין דער כּנסת. נתן שטשעאַראַנסקי באַקומט דעם מיניסטער־פּאָרטפֿעל פֿון אינדוסטריע און האַנדל. אין יענע יאָרן איז ראָמאַן געפֿאָרן צוזאַמען מיט שטשעראַנסקין אין רוסלאַנד צו פֿאַרהאַנדלען מיט פּוטינען, וועלכער איז דעמאָלט געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דעם זיכערהייט־מיניסטעריום. באַהאַנדלט האָט מען וועגן די פּלענער פֿון רוסלאַנד איבערצוגעבן צו איראַן ראַקעטן־געווער.
אָט וואָס ראָמאַן האָט מיר דערציילט וועגן יענער טרעפֿונג: „צום סוף פֿון אונדזער טרעפֿונג האָט פּוטין געזאָגט שטשעראַנסקין, אַז ׳זיי׳ האָבן פֿאַר אים צוגעגרייט אַ קליינע מתּנה — 200 זײַטלעך פֿון זײַן ׳קרימינעלן ענין׳. שטשעראַנסקי האָט אָבער געבעטן מע זאָל אים ווײַזן אַלץ; און אויפֿן אַנדערן טאָג, אין דעם בנין פֿון ׳קאַגעבע׳ האָט מען אונדז געוויזן דעם גאַנצן שטשעראַנסקי־׳ענין׳, וואָס איז באַשטאַנען פֿון 51 בענד, אָבער דערלויבט האָט מען אונדז צו קאָפּירן נאָר 50, ווײַל אינעם לעצטן באַנד זײַנען געווען אָנגעוויזן די נעמען פֿון אַלע אַגענטן, וועלכע פֿלעגן צוטראָגן אויף שטשעראַנסקין.‟
אין 1999 האָט ברק געוווּנען די וואַלן, און שטשעראַנסקי איז געוואָרן דער מיניסטער פֿון אינערלעכע ענינים. דאָס איז געווען גאָר אַ נײַע גרויסע אַרבעט. אין ישׂראל, ווי באַקאַנט, איז שווער צו זײַן אַ נבֿיא. בעת די פֿאַרהאַנדלונגען מיט אַראַפֿאַטן אין קעמפּ־דייוויד, איז ברק אײַנגעגאַנגען אויף גרויסע הנחות. שטשעראַנסקי האָט געהאַלטן, אַז ס‘איז אַ פֿאַרראַט און האָט פֿאַרלאָזט די קאָאַליציע… און פּאָלאָנסקי איז געבליבן אָן אַרבעט. איז ווידער: וואָס טוט מען?
אַ שטיקל צײַט האָט ער געאַרבעט אין דער אינטערנעץ־סטאַנציע „ירושלים‟. עס זײַנען אָבער צוגעקומען נײַע וואַלן. „איך בין גראָד געווען אין דער סטודיאָ, ווען שרון האָט געהאַט פֿאַרשריבן זײַן פּראָגראַם פֿאַר די וואַלן — דערמאָנט זיך ראָמאַן. דאָס איז געווען אַ רעפּעטיציע, און ער האָט נאָר געוואָלט רעדן פֿאַר זײַנע וויילער אויף רוסיש. ער האָט דאָך אַ ביסל געקענט די שפּראַך. אַלע אין דער סטודיאָ זײַנען געווען באַגײַסטערט, חוץ מיר. איך הער, אַז ס‘איז זייער שלעכט, און איך זאָג עס אָפֿן. שרון האָט זיך אויסגעקערעוועט צו מיר און פֿרעגט: ׳וואָס איז שלעכט?׳ — זאָג איך אים, אַז איך פֿאַרשטיי די ווערטער, אָבער נישט דעם זין, און לייג אים פֿאָר דאָס זעלבע צו זאָגן אין עבֿרית. האָט ער עס געזאָגט. ׳איצט פֿאַרשטיי איך דעם זין!׳ — האָב איך אים געענטפֿערט. שרונען איז עס, אַ פּנים, געפֿעלן געוואָרן, און ער האָט מיך פֿאַרבעטן צו זיך אויף זײַן פֿאַרם אין נגבֿ.
„ער האָט געזאָלט מאַכן אַן אינטערוויו פֿאַר דער רוסישער טעלעוויזיע אין ישׂראל, און געוואָלט זיך צוגרייטן. האָט ער מיך אויסגעקליבן פֿאַר דער ראָלע, כאָטש כ‘בין נישט געווען אין זײַן מאַנשאַפֿט. כ‘בין געקומען אויף דער פֿאַרם, און איך האָב אים אָנגעהויבן דערקלערן ווי אַזוי זיך אויפֿצופֿירן פֿאַר דער קאַמערע… עס האָט אויסגעזען, אַז ער הערט זיך נישט צו צו מײַנע רעקאָנמענדאַציעס, און איך פּטר פּשוט די צײַט. דערנאָך, ווען דער זשורנאַליסט האָט בײַ אים גענומען דעם אינטערוויו, האָט שרון געטאָן אַלץ פּונקט אַזוי, ווי איך האָב אים געעצהט. ווען כ‘האָב אים וועגן דעם דערציילט, האָט ער מיר געענטפֿערט: ׳אַזוי ווי דו האָסט מיר געזאָגט, אַזוי האָב איך געטאָן׳. ער פֿלעגט ממש אויפֿכאַפּן יעדע קלייניקייט.‟
אין 2009 איז שטשעראַנסקי אויסגעוויילט געוואָרן ווי דער הויפּט פֿון דער ייִדישער אַגענץ, און, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַרבעטן פּאָלאָנסקין אויף אַרבעט. אין משך פֿון צוויי יאָר האָט ראָמאַן פֿאַרנומען די שטעלע פֿונעם עצה־געבער בײַם הויפּט, און שפּעטער געשטעלט געוואָרן אָנצופֿירן מיטן אָפּטייל, וואָס גיט זיך אָפּ מיט די רוסיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן איבער דער וועלט — אין דײַטשלאַנד, אויסטראַליע, פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, געוועזענע לענדער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און ישׂראל. די סוכנותּ אָרגאַניזירט דאָרט זומער־קעמפּס פֿאַר יונגע־לײַט, עבֿרית־קורסן, פּראָגראַמען פֿאַר די קינפֿטיקע ייִדישע פֿירער וכּדומה.
פֿון דער אַנדערער זײַט, קומט אים אויס זיך צו טרעפֿן מיט די ספּאָנסאָרס, מיט די אַקטיוויסטן פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. לעצנס, גיט ער אָפּ אַ סך צײַט אַרויסצופֿירן פֿון אוקראַיִנע די ייִדן, וואָס געפֿינען זיך אין די קאַמף־ראַיאָנען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.