אויף די קונסט־לימודים זענען געקומען כּלערליי מענטשן, פֿון 20־יאָריקע סטודענטן ביז 80־יאָריקע זקנים, מענער און פֿרויען, ייִדן און נישט־ייִדן. אַ טייל פֿון די באַטייליקטע האָבן קיינמאָל נישט געהאַלטן אַ פּענדזל אין דער האַנט. יעדע וואָך קומען זיי אָבער בײַנאַכט אינעם „קינסטלערישן בית־מדרש‟ — אַן אונטערנעמונג, וואָס ווערט כּסדר דורכגעפֿירט אינעם „סקירבאָל-צענטער‟ בײַם „טעמפּל עמנואל‟ אינעם צפֿון־מיזרחדיקן טייל פֿון מאַנהעטן.
אינעם „קינסטלערישן בית־מדרש‟, ווערן קונסט־לימודים קאָמבינירט מיטן תּורה־לערנען. ווען די תּלמידים קומען אַרײַן אין דער שיל 7 אַזייגער אין אָוונט, באַטראַכטן זיי במשך פֿון אַ שעה אַזעלכע ענינים, ווי די מעשׂיות וועגן משה רבינו, אַהרן און מרים, און פֿאַרשיידענע תּנ״כישע טעקסטן, וווּ עס גייט די רייד וועגן ליבע, הילף, קאָנקורענץ, פֿירערשאַפֿט און פֿאַרראַט. דערנאָך, במשך פֿון אַן אַנדער שעה, שאַפֿן זיי אייגענע שילדערונגען פֿון די באַהאַנדלטע טעמעס — בילדער, סקולפּטורן, פֿאָטאָגראַפֿיעס און אַנדערע מינים קונסט־ווערק.
די קומענדיקע וואָך, וועט אין דער גאַלעריע „דייוויס מענשען‟, אויף דער מיזרחדיקער 65טער גאַס אין מאַנהעטן, פֿאָרקומען אַן אויסשטעלונג פֿון זייערע שאַפֿונגען. טאָבי קאַן, דער קינסטלער און לערער, וועלכער האָט געגרינדעט די פּראָגראַם מיט 14 יאָר צוריק בשותּפֿות מיטן ראַבינער לעאָן מאָריס, האָט דערקלערט, אַז לכתּחילה האָט מען אָנגעהויבן דורכפֿירן די אונטערנעמונגען ווי אַן עצה צו באַקענען די קינסטלער מיט די קלאַסישע תּורה־קוואַלן — טאַקע ווי אַ בית־מדרש.
קאַנס שותּפֿטע, די ראַבינערטע דײַאַן קאָלער־עסעס, פֿירט אָן מיט די שיעורים פֿון תּנ״ך. קאַן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מאָלערײַ און וויזועלן געדאַנק, העלפֿט די באַטייליקטע אויסצודריקן די טעמע פֿון די תּורה־שמועסן אין דער פֿאָרעם פֿון קונסט. קאַן האָט דערציילט, אַז די תּלמידים שאַפֿן זייער פֿאַרשיידנאַרטיקע אָביעקטן, אָפֿט גאַנץ אַבסטראַקטע און חידושדיקע. דער פּראָפֿעסאָר האָט זיך דערמאָנט, אַז אין זײַן קלאַס פֿלעגט קומען אַ גלח, וועלכע האָט כּסדר אָפּגעטײַטש די תּנ״כישע מעשׂיות אויף זייער אַ בוכשטעבלעכן אופֿן. למשל, ווען מע האָט גערעדט וועגן אַבֿרהם אָבֿינו אין געצעלט, האָט ער טאַקע אויסגעמאָלט די דאָזיקע סצענע. די אַנדערע תּלמידים האָבן אָבער דווקא ליב צו שאַפֿן מעטאַפֿאָרישע קונסט־ווערק, וואָס קאַן האָט באַזונדערס ליב.
במשך פֿון יאָרן, האָט זיך אַרום דער פּראָגראַם געשאַפֿן אַ גאַנצע קהילה. ווען איינע פֿון תּלמידות, אַ מומחהטע אין פּסיכאָאַנאַליז, איז געוואָרן קראַנק אויף ראַק, האָט זי דורכגעפֿירט עטלעכע קונסט־סעסיעס בײַ זיך אין דער היים, אינעם דרומדיקן טייל פֿון מאַנהעטן. נישט לאַנג צוריק איז זי ניפֿטר געוואָרן. קאַן האָט איבערגעגעבן, אַז יענע פֿרוי האָט ווייניק געוווּסט וועגן ייִדישקייט, אָבער איז תּמיד געווען אַ גוטע קינסטלערין, וועלכע האָט אָנגעהויבן באַזוכן די פּראָגראַם מיט 9 יאָר צוריק און באַטראַכט עס ווי אַ וויכטיקן טייל פֿון איר לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.