עס איז ניט קײן חידוש צו זאָגן, אַז דער חורבן האָט אומגעבראַכט די גאַנצע ייִדישע ציװיליזאַציע פֿון מיזרח־אײראָפּע — סײַ דעם רעליגיעזן און סײַ דעם װעלטלעכן צװײַג. לרובֿ האָבן זיך די ייִדישע היסטאָריקער אָפּגעגעבן מיטן באַשרײַבן די אינסטיטוציעס און אינטעלעקטועלע שיטות פֿון דעם אַמאָליקן מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום; אָבער ניט װײניקער עיקרדיק איז די ייִדישע ליטעראַטור, דער עסטעטישער װאָרט־שפּיגל פֿון דער דאָזיקער ציװיליזאַציע, װאָס װײַזט דעם קאָלעקטיװן פּאָרטרעט פֿון דעם מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום. דער דאָזיקער פּאָרטרעט באַשטײט פֿון אַ גרױסער צאָל אײנצלנע פּרטים, אָבער אײניקע פֿון זײ לאָזן זיך ניט לײַכט צו דערקענען פֿונעם הײַנטיקן שטאַנדפּונקט.
די רעאַליסטישע ליטעראַטור שילדערט דאָס לעבן „װי עס איז‟, און דערבײַ שאַפֿט זי אַ שפּראַך פֿאַר רעדן װעגן דער צוקונפֿט. אין דעם זין זײַנען פֿאַר אונדז ספּעציעל חשובֿ די װערק פֿון יענע יונגע שרײַבער, װאָס זײַנען אַרײַן אין דער ייִדישער ליטעראַטור ערבֿ דעם חורבן. זײ האָבן באַשריבן דאָס ייִדישע לעבן און דערמיט געשאַפֿן נײַע קינסטלערישע אױסדריק־מיטלען און רעסורסן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער שפּראַך.
אײנע פֿון די מניעות, װאָס שטערן אונדז הײַנט אױפֿצונעמען די דאָזיקע װערק װי ליטעראַרישע דערגרײכונגען, איז אונדזער אָפּגעריסנקײט פֿונעם מיזרח־אײראָפּעיִשן רױם. עס איז גרינגער צו פֿאַרשטײן די אַמעריקאַנער ייִדישע מחברים, װאָס די מעשׂים פֿון װערק קומען פֿאָר אין ניו־יאָרק, אײדער זיך פֿאָרצושטעלן די גאַסן, הױפֿן, הײַזער פֿון אַמאָליקע פּױלישע, ליטװישע, אוקראַיִנישע אָדער בעסאַראַבער שטעט און שטעטלעך. אָבער דװקא אָט דער רױם איז געװען די עיקרדיקע פּראָבלעם פֿון ייִדישן לעבן און פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין מיזרח־אײראָפּע פֿאַרן חורבן.
הײַנט האַלט מען װילנע פֿאַר אַ מוסטער־שטאָט פֿונעם ייִדישן גלות, װוּ עס האָט זיך געשאַפֿן אַ רײַכע און לעבעדיקע װעלטלעכע און רעליגיעזע ייִדישע קולטור. פֿאַר דעם זײַנען געװען כּלערלײ סיבות, װאָס אַזױ אָדער אַנדערש האָבן געהאַט צו טאָן מיטן אײגנאַרטיקן מצבֿ פֿון דער שטאָט אױפֿן ראַנד סײַ פֿון דער רוסישער אימפּעריע, סײַ פֿון דער פּױלישער רעפּובליק, װי אױך מיט דער געדיכטער ייִדישער באַפֿעלקערונג אינעם סאַמע צענטער פֿון דער אַלטשטאָט. אָבער װאָס װאָלט געװען די צוקונפֿט פֿון „ירושלים ד׳ליטא‟ אין אַן „אַלטערנאַטיװער‟ װעלט אָן אַ חורבן? װי װײַט װאָלט מען געקאָנט ממשיך זײַן דעם דאָזיקן אײגנאַרטיקן „נוסח־װילנע‟, און װי אַזױ האָבן זיך די יונגע װילנער ייִדן פֿאָרגעשטעלט זײער צוקונפֿט?
דאָס בילד, װאָס קומט אַרױס פֿון די נאָװעלן פֿון משה לעװין, דעם פֿירנדיקן פּראָזע־שרײַבער פֿון דער מאָדערניסטישער גרופּע „יונג־װילנע‟, איז װײַט ניט קײן פֿרײלעכע. ער באַשרײַבט די טאָג–טעגלעכע דאגות און צרות פֿון ייִנגערע און עלטערע מענער און פֿרױען, װאָס ראַנגלען זיך פֿאַר אַ קלײן שטיקל ברױט. דלות, דער װאַקסנדיקער פּױלישער אַנטיסעמיטיזם און פּראָבלעמען מיט געזונט און היגיענע בילדן דעם רעאַליסטישן הינטערגרונט פֿאַר דער האַנדלונג אין זײַנע מעשׂיות. לעװינס העלדן חלומען װעגן אַנטלױפֿן פֿון דער אַרומיקער ביטערער װירקלעכקײט — אױב ניט אױפֿן װאָר, איז כאָטש אין זיסע חלומות.
דער העלד פֿון לעװינס נאָװעלע „אַ צימער פֿאַרדינגט זיך‟ לעבט אױפֿן חשבון פֿון זײַן רײַכן אַמעריקאַנער ברודער. ער פֿאַרמאָגט אַ שײנעם צימער אין צענטער פֿון װילנע אױף צו פֿאַרדינגען, אָבער ער קאָן ניט געפֿינען אַ פּאַסיקן סובלאָקאַטאָר. אַלע קאַנדידאַטן דערמאָנען אים אָן דער אומזיכערקײט פֿון דער איצטיקער צײַט. אַן אַרבעטער קאָן זײַן פֿאַרטאָן אין קאָמוניסטישע אַקטיװיטעטן, אַ מײדל קאָן װערן טראָגעדיק, אַ לערער קאָן פֿאַרלירן זײַן שטעלע. דער בעל־הבית װיל האָבן אַזאַ מענטשן, „װאָס זאָל ניט זײַן געטראָפֿן פֿון דער פֿינצטערער צײַט‟. צום סוף, באַשליסט ער אײַנצושטעלן אינעם לײדיקן צימער אַ שטײַגל מיט קאַנאַריקלעך: „אַ כּפּרה די געלט, אַבי דער קאָפּ איז מיר רויִק, אַבי איך בין פּטור פֿון זײַן אַ שותּף צו די הײַנטצײַטיקע קלאָגן…‟
לעװינס זאַמלבוך „פֿרילינג אין קעלערשטוב‟ (1937), װאָס האָט באַקומען אַ פּרעמיע פֿונעם „פֿאָרװערטס‟, שילדערט דאָס ביטערע לעבן פֿון פּראָסטע װילנער ייִדן אין דער צײַט, װען די פּױלישע עקאָנאָמיע גײט אונטער און דער פּאָליטישער אַנטיסעמיטיזם האַלט אין אײן װאַקסן. מען בענקט נאָך די אַלטע גוטע צײַטן פֿון דער רוסישער שליטה פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען ייִדן און פּאָליאַקן האָבן געלעבט בשלום, און די „אַמאָליקע פּױלישע פּריצים‟ פֿלעגן זאָגן אַנשטאָט „זשיד‟ — „סטאַראָזאַקאָני‟, און האָבן „געמאָסטן מענטשן ניט נאָכן נאָז, נאָר נאָכן האַרצן‟.
די צוקונפֿט אין לעװינס נאָװעלן זעט אױס פֿינצטער און טרױעריק. װען מען לײענט זײ הײַנט, באַקומט מען צומאָל אַ חשד, אַז דער מחבר האָט שױן געהאַט אַ פֿאָרגעפֿיל פֿונעם קומעדיקן חורבן און פֿון זײַן אײגענעם טױט. די נאָװעלע „פֿרילינג אין קעלערשטוב‟ דערצײלט װעגן אַן אָרעמער װילנער משפּחה. דער אַרבעטסלאָזער איציק מיט זײַן פֿרױ און קינד פֿאַרנעמען אַ קלײן קעלער־דירהלע. די פֿרילינג־זון באַלױכט די גאַנצע „באַפֿעלקערונג פֿון די װאַנצן‟, װאָס לעװין באַשרײַבט אין אַ סך פּרטים. די פֿרילינג־זון ברענגט אױך די סכּנה פֿון פֿאַרפֿלײצונג, און דער הילפֿס־קאָמיטעט פֿון דער קהילה צװינגט אַלע תּושבֿים פֿון קעלער צו פֿאַרלאָזן זײערע אומזיכערע דירות. אָבער איציק זאָגט זיך אָפּ: „ער טראַכט און רופֿט קרענקלעך דעם צעװילדעװעטן טײַך, ער זאָל װאָס גיכער אַהערצו קומען. עס זאָל נעמען אָט דאָס װאָס ער זעט די לעצטע נעכט אינעם קאָשמאַר־חלום: דאָס װאַסער פֿאַרפֿלײצט זײַן פֿאַרפֿױלטן קעלער צוזאַמען מיט אים, מיט זײַן אומגליקלעכער װײַב און קינד… דער טױט קומט מיט אײן מאָל פֿאַר אַלעמען און אַזאַ רויִקער, אַזאַ רײנער.‟
לעװינס נאָװעלן מאָלן אױס אַ קאָלעקטיװן פּאָרטרעט פֿון װילנער ייִדנטום אױפֿן שװעל פֿונעם חורבן. זײ זײַנען דענערװירטע און פֿאַראָרעמטע מענטשן, װאָס האָבן פֿאַרלױרן װאָסער ניט איז האָפֿענונג אױף אַ בעסערער צוקונפֿט. אַזאַ בילד קומט אין אַ שאַרפֿן קאָנטראַסט צו די אידעאַליזירטע אימאַזשן סײַ פֿונעם פֿרומען „ירושלים ד׳ליטא‟ און סײַ פֿון דעם צענטער פֿון דער נײַער װעלטלעכער ייִדישקײט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.