אינעם שולחן־ערוך שטייט געשריבן די באַקאַנטע הלכה, אַז די כּשרע מינים פֿיש מוזן האָבן פֿלוספֿעדערן און ליסקעס. די ליסקעס זענען אָבער דער עיקרדיקער סימן פֿון כּשרות, ווײַל זייער עקזיסטענץ ווײַזט אָן, אַז מיר האָבן צו טאָן מיט אַ „נאָרמאַלן‟ באַפֿעדערטן מין פֿיש.
ווײַטער ווערט אינעם שולחן־ערוך באַהאַנדלט דער דין פֿון פֿאַרשיידענע מינים שרצים, וואָס לעבן אינעם וואַסער און אויף דער יבשה. הגם אַלע ווערעם און אינסעקטן זענען על־פּי־הלכה טרייף, שטייט אין דער תּורה געשריבן „שרץ השורץ על האָרץ‟ — הגם די שרצים, וואָס קריכן אויף דער ערד, זענען זיכער אָסור, איז דער כּשרות־סטאַטוס פֿון ווערעמדיקע פֿיש אָדער די שרצימלעך אין וואַסער־כּלים, וואָס שטייען פֿאַרמאַכט, נישט אַזוי פּשוט. עס טרעפֿן זיך סיטואַציעס, ווען אין פּרינציפּ זענען זיי נישט טרייף. וואָס טוט מען אָבער, ווען אַן עכטער פֿיש קריכט אַרויס פֿון וואַסער און הייבט אָן אַרומקריכן אויף דער ערד?
מיט אַ וואָך צוריק, האָבן זיך אין דער וועלט פֿאַרשפּרייט אויסטערלישע נײַעס וועגן אַ געוויסן פֿיש, אַ מין אָקון (perch), וואָס דראָט דער נאַטור־סבֿיבֿה אין אויסטראַליע. דער דאָזיקער פֿיש קאָן זיך באַגיין אַ לאַנגע צײַט אָן וואַסער און באַווײַזט זיך אַפֿילו אַמאָל אויף אַ שפּיץ בוים. הגם די אויסטערלישע ים־באַשעפֿעניש איז רעלאַטיוו קליין, ביז צען אינטשעס אָדער 25 צענטימעטער די גרייס, קאָן עס אומברענגען גרעסערע בעלי־חיים צוליב אַן אומגעוויינטלעכער סיבה: ווען אַ פֿויגל צי אַ חיה שלינגט עס אײַן, נעמט דער פֿיש „נקמה‟ און דערשטיקט דעם פֿרעסער אויף טויט, בלײַבנדיק שטעקן, ווי אַ ביין, אינעם האַלדז פֿונעם בעל־חי.
אַחוץ די זשאַברעס, איז אינעם קאָפּ פֿונעם אומגעוויינטלעכן פֿיש פֿאַראַן דער ספּעציעלער „לאַבירינט-אָרגאַן‟, וואָס דערמעגלעכט, אַזוי ווי די לונגען, צו אָטעמען מיט דער אַטמאָספֿערישער לופֿט. במשך פֿון עטלעכע טעג, קאָן דער „זיך־דראַפּענדיקער‟ אָקון אויסלעבן אויף דער יבשה און אַריבערקריכן אַ ממשותדיקן מהלך. דער פֿיש קאָן לעבן סײַ אין ים, סײַ אינעם אומגעזאַלצענעם וואַסער פֿון אַ טײַך אָדער אָזערע, דערפֿאַר קאָן ער זיך גרינג באַווײַזן אין אומגעריכטע ערטער. צוליב די כּמו־לונגען, קאָן ער אויך לעבן אין פֿאַרפֿוילטע וואַסער־קוואַלן, אַרויסשטעקנדיק דעם קאָפּ און אָטעמענדיק מיט דער לופֿט. אין אַ פֿײַכטער סבֿיבֿה קאָן דער וווּנדער־אָקון זיך אויסבאַהאַלטן אַזש עטלעכע חדשים, אַרומקריכנדיק צווישן די קאַלוזשעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.