וואַשינגטאָן. — דער געוועזענער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין וואַשינגטאָן האָט באַשולדיקט פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ אין האָבן עובֿר געווען אויף צוויי „גרונט־פּרינציפּן‟ פֿון די אַמעריקאַנער-ישׂראלדיקע באַציִונגען.
אין אַ מיינונג־אַרטיקל אינעם „וואָל־סטריט דזשורנאַל‟ דינסטיק, האָט אורן געטענהט, אַז אָבאַמאַ האָט אָפּגעוואָרפֿן דעם אומאָפֿיציעלן הסכּם צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל: ערשטנס, אַז מע טאָר נישט פֿאַרעפֿנטלעכן די חילוקי־דעות צווישן די צוויי לענדער, און צווייטנס, אַז די פֿירער טאָרן נישט מאַכן קיין „סורפּריזן‟ (אומגעריכטע אַנאָנסן) אין שײַכות מיט די אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקע באַציִונגען.
אורן, וועלכער האָט געדינט ווי דער אַמבאַסאַדאָר צווישן 2009 און 2013, האָט באַשטעטיקט, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט זיך טאַקע טועה געווען, ווען זי האָט געמאָלדן וועגן קאָנטראָווערסאַלע בוי־פּראָיעקטן אין נישט־פּאַסיקע מאָמענטן, אָבער ער האָט צוגעגעבן, אַז פּרעמיער בנימין נתניהו האָט גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיט יענע מעלדונגען.
„גלײַך נאָך דעם ווי אָבאַמאַ איז געוואָרן פּרעזידענט, האָט ער שוין גורם געווען אַ שפּאַלט צווישן ישׂראל און אַמעריקע,‟ האָט אורן געזאָגט, פֿאַררופֿנדיק זיך אויף אַ זיצונג מיט ייִדישע פֿירער אין 2009, ווען אָבאַמאַ האָט געזאָגט, אַז אַמעריקעס טענדענץ תּמיד אַרויסצוּווײַזן סאָלידאַריטעט מיט ישׂראל שאַט די אַמעריקאַנער אינטערעסן, און שטערט אויך די מעגלעכקייטן פֿון אַ שלום־פּראָצעס.
„דער צווייטער קערן־פּרינציפּ האָט צו טאָן מיט נישט מאַכן קיין סורפּריזן,‟ האָט אורן געשריבן. „פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט דאָס אין גאַנצן אָפּגעוואָרפֿן, ווען ער האָט אין זײַן ערשטער זיצונג מיט נתניהו, אין מײַ 2009, פּלוצלינג געפֿאָדערט, אַז ישׂראל זאָל אָפּשטעלן די בוי־פּראָיעקטן אין די ייִשובֿים, און אָננעמען דעם פּלאַן צו גרינדן צוויי מלוכות.‟
„אין די איצטיקע צײַטן, ווען דער מיטעלער מיזרח האַלט בײַם פֿונאַנדערפֿאַלן זיך, און עס זענען געבליבן זייער ווייניק פֿאַרלאָזלעכע אַליִיִרטע, מוזן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל זיך ווידער האַלטן בײַ די צוויי פּרינציפּן,‟ האָט ער געשריבן. „ישׂראל נייטיקט זיך אין אַמעריקע ווי אַ קוואַל פֿון דיפּלאָמאַטישער און זיכערהייט־שטיצע, און די פֿאַראייניקטע שטאַטן נייטיקט זיך אין ישׂראל, וואָס איז עד־היום אַ דעמאָקראַטיע, מיליטעריש און טעכנאָלאָגיש זייער פֿעיִק, און אומבאַדינגט פּראָ־אַמעריקאַנער־געשטימט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.