די וואָך איז אין מאָסקווע צום ערשטן מאָל דורכגעגאַנגען דער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישן קינאָ. עס ווערן דעמאָנסטרירט ייִדישע פֿילמען סײַ פֿון רוסלאַנד, סײַ פֿון אויסלאַנד, וואָס זענען דערשינען פֿאַר די לעצטע 5-3 יאָר. די פֿילמען זענען צעטיילט אויף 4 נאָמינאַציעס: דאָקומענטאַרע, קורצע פֿילמען, דראַמעס און יענע וואָס ווערן דעמאָנסטרירט אויסן פֿאַרמעסט, באַרימט געוואָרענע פֿילמען. אין דער לעצטער נאָמינאַציע ווערן געוויזן נאָר 4 פֿילמען — 2 קאַרטונען, קאָנסטאַנטין פֿאַמס „שיכעלעך‟, וואָס וועגן דער אַרבעט האָבן מיר שוין דערציילט, און דער לאַורעאַט פֿון „אָסקאַר‟ 2015 — „אידאַ‟.
צווישן די דראַמעס האָט מען געקענט זען די באַקאַנטע פֿילמען, „גט”, וועגן די רעכטער פֿון אַ פֿרומער פֿרוי, און „פֿעליקס און מאירה‟, וועגן דעם מענאַזש־אַ־טרואַ אין אַ חרדישער קהילה.
צווישן די דאָקומענטאַרע פֿילמען איז געוויזן געוואָרן „עס וועט קומען די נאַכט‟, געמאַכט אין נאַציסטישע טויט־לאַגערן גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג, אין 1945.
צו דער פּראָגראַם פֿונעם פֿעסטיוואַל האָבן צוגעפּאַסט זייערע פּראָגראַמען דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ און דער נײַער ייִדישער מוזיי. אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל איז געוויזן געוואָרן דער פֿילם „וועגן סוזאַן זאָנטאַג‟ — די לעבנס־באַשרײַבונג פֿון דער קריטיקערין און פֿילאָסאָפֿין. דער מוזיי האָט אָרגאַניזירט אַ רעפֿעראַט וועגן זאָנטאַג, וואָס ס‘האָט געהאַלטן דער פֿילאָסאָף איגאָר טשובאַראָוו און דער קונסט־קריטיקער אַלכּסנדר עוואַנגעלי. דער מוזיי האָט אויך אָרגאַניזירט אַ דיסקוסיע וועגן דעם פֿילם „אידאַ‟ מיטן הויפּט פֿון דעם מוזייס פֿאָרשונג־צענטער, אורי הערשאָוויטש און דעם קינאָקריטיקער אָלעג אַראָנסאָן. דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט אויסגעקליבן דעם פֿילם „וועק אויף, ציון‟ וועגן דער ראַסטאַפֿאַרי־באַוועגונג ווי אַ סינטעז פֿון יהדות פֿון עטיאָפּישער קולטור. דער פּראָיעקט האָט אָרגאַניזירט אַ לעקציע וועגן דער געשיכטע און דער קולטור פֿון ראַסטאַפֿאַרי. דעם רעפֿעראַט האָט געהאַלטן דער פֿילאָסאָף סערגיי סטעפּאַנישטשעוו, מיט דער באַגלייטונג פֿון „מעדיאַ־פֿוגאַ‟ פֿון קאַטערינאַ פּיץ.
צו די אַנדערע נײַעס. דער אַוואַנגאַרד־צענטער פֿון דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי עפֿנט די וואָך אַ נײַע אויסשטעלונג וועגן סאָוועטישע פּלאַקאַטן, פֿון דער זאַמלונג פֿון אַלכּסנדר דאָבראָווינסקי, דעם מאָסקווער אַדוואָקאַט און פּובליציסט. עס ווערן אויסגעשטעלט איבער 200 פּלאַקאַטן פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן פֿון גאָר באַרימטע קינסטלער, בתוכם וואַסילי קאַנדינסקי, אַלעקסיי ראָדטשענקאָ, נאַטאַליאַ גאָנטשאַראָוואַ , אַלכּסנדר דיינעקאַ און אַפֿילו וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי. אין די ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש מיט וולאַדימיר פּאַפּערני, דער קונסט־פֿאָרשער און מחבר פֿון דעם באַרימטן בוך וועגן סטאַלינס אַרכיטעקטור „קולטור-2‟. פּאַפּערני, וואָס האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „סאָוועטישע קונסט ווי פּראָפּאַגאַנדע‟ — וועגן דעם באַלאַנס פֿון פּראָפּאַגאַנדע און רעקלאַמע אין קינאָ און אויף פּלאַקאַטן.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט. די אַקאַדעמיע אויף רמב”מס נאָמען, איינער פֿון די מאָסקווער אוניווערסיטעטן, האָט דורכגעפֿירט אַ קאָנפֿערענץ, „ייִדישע לימודים אין דער מאָדערנער בילדונג‟. פֿאַרטרעטער פֿון פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן און אַנדערע בילדונג־אַנטשטאַלטן האָבן פֿאָרגעשטעלט זייערע בילדונג־אויפֿטוען, לערן־פּראָגראַמען, פֿאָרמעלע און אומפֿאָרמעלע בילדונג, נײַע מיטלען פֿאַר לערנען די ייִדישע לימודים, מעטאָדישע פֿראַגעס אואַ”וו. אויף פּלענאַרער זיצונג איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אַ נײַ בוך, רעדאַגירט פֿון דעם דעקאַן פֿון דעם פֿילאָלאָגישן פֿאַקולטעט פֿון דער אַקאַדעמיע מיכאַיִל טשלענאָוו, „כּנענים. ייִדן אין דער מיטל־עלטערלעכער סלאַווישער וועלט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.