הרבֿ ברוך גאָרין, אַ פּראָמינענטער רוסלענדישער ליובאַוויטשער טוער, האָט אַרויסגעוויזן אַ זעלטענע קעגנערשאַפֿט צו דער פּאָליטיק פֿונעם פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, צוליב דעם געזעץ־פּראָיעקט, לויט וועלכן מע קלײַבט זיך צו באַגרענעצן די רעכט צו קאָאָפּערירן מיט די אויסלענדישע אָרגאַניזאַציעס.
דינסטיק, דעם 16טן יוני, האָט הרבֿ ברוך גאָרין, אַ געהילף פֿונעם רוסלענדישן ליובאַוויטשער הויפּט־רבֿ, הרבֿ בערל לאַזאַר, און דער פֿאָרזיצער פֿונעם מאָסקווער „ייִדישן מוזיי און טאָלעראַנץ־צענטער‟, קריטיקירט דעם געזעץ־פּראָיעקט וועגן די רעליגיעזע אָרגאַניזאַציעס אין רוסלאַנד, וואָס באַקומען געלט פֿון אויסלאַנד, אין זײַן שמועס מיט דער נײַעס־אַגענטור „אינטערפֿאַקס‟. גאָרין האָט געטענהט, אַז ער איז שטאַרק פֿאַרזאָרגט וועגן דעם. די רוסלענדישע רעגירונג שטיצט די איניציאַטיוו; אַ פּאַרלאַמענט־קאָמיטעט האָט עס נישט לאַנג צוריק גוטגעהייסן.
דעם 30סטן יולי, וועט דער פּאַרלאַמענט אָפּשטימען, צי מע זאָל אײַנפֿירן דעם פֿאָרגעלייגטן געזעץ, לויט וועלכן די רעליגיעזע גרופּעס וועלן מוזן אָפּגעבן דער רעגירונג דעם חשבון וועגן אַלע הכנסות, וואָס קומען אַרײַן פֿון אויסלאַנד. די רוסלענדישע רעגירונג האָט באַטאָנט, אַז דאָס וועט העלפֿן אָפּצושטעלן די טעטיקייט פֿון עקסטרעמיסטישע מוסולמענישע גרופּעס אונעם לאַנד, בפֿרט אינעם דרומדיקן ראַיאָן.
גאָרין האָט אָבער געזאָגט, אַז אויב אַזאַ געזעץ וועט אײַנגעפֿירט ווערן, וועט ער פֿאַרשאַפֿן ערנסטע שוועריקייטן פֿאַר דער טעטיקייט פֿון דער רוסלענדישער „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות‟ און אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס באַקומען אַ סך נדבֿות פֿון אַנדערע לענדער. דערצו, מיינט עס, אַז די רעליגיעזע אָרגאַניזאַציעס וועלן ווערן מער צוגעבונדן צו דער רעגירונג. דאָס קאָן פֿאַרשאַרפֿן די באַציִונגען צווישן די ייִדישע קהילות און דער מלוכה.
דער רבֿ האָט באַטאָנט, אַז דער געזעץ־פּראָיעקט איז אַן איבעריקער און, מעגלעך, אַ סכּנותדיקער, און אַז נישט געקוקט אויף געוויסע מעגלעכע טובֿות, קאָן ער ברענגען אַ סך היזק. לויט די איצטיקע רוסלענדישע געזעצן, טראָגן די רעליגיעזע גרופּעס שוין איצט דאָס אַחריות פֿאַר זייערע פֿינאַנצן און טאָרן נישט נעמען קיין געלט פֿון צווייפֿלהאַפֿטיקע קוואַלן. די רעגירונג פֿירט אַן אויפֿזיכט איבער זייער טעטיקייט. לויטן פֿאָרגעלייגטן נײַעם געזעץ, וועט דער מצבֿ בלײַבט פּונקט דער זעלבער, אָבער אויף די פּלייצעס פֿון די חשבון־פֿירער וועט זיך לייגן אַ סך מער אַרבעט און אַחריות; מע וועט קאָנען פֿאַררעכענען אַ צופֿעליקן טעות פֿאַר אַן ערנסטער עבֿירה.
במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָט די רוסלענדישע פּראָקוראָרן דורכגעפֿירט אָבלאַוועס אין צוויי אָרטיקע ייִדישע בילדונג־אַנשטאַלטן: די ליובאַוויטשער מיטלשול און יעקאַטערינבורג, און די וועלטלעכע העברעיִשע שול אין נאָווגאָראָד. אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם פּרעזידענט פּוטין, איז חב״ד־ליובאַוויטש געוואָרן די דאָמינירנדיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציע אינעם גאַנצן לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.