ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires


פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published June 18, 2015, issue of July 10, 2015.

לכּבֿוד אַנאַ פֿראַנק

פֿרײַטיק, דעם 12טן יוני האָט דער פּאַרלאַמענט פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס באַערט אַנאַ פֿראַנקן, װען אין דער אַרגענטינער הויפּטשטאָט האָבן זיך אָנגעהויבן די פֿײַערונגען לכּבֿוד איר 86סטן געבורטסטאָג.

מען האָט פּרעזענטירט דאָס בוך „פֿון אַנאַ פֿראַנק ביז אונדזערע טעג‟, װאָס נעמט אַרײַן די אַרבעטן װעלכע האָבן געװוּנען דעם ליטעראַרישן קאָנקורס, אָרגאַניזירט פֿון דער שטאָט, צו דערמאָנען דעם חורבן און אַנאַ פֿראַנק. זונטיק, דעם 14טן יוני האָט דער „אַנאַ פֿראַנק־צענטער‟ באַנײַט זײַנע אויסשטעלונגען און האָט אויפֿגענומען הונדערטער באַזוכערס, װאָס האָבן באַװוּנדערט ספּעציעל די נײַע אויסגעשטעלטע מאַטעריאַלן אונטער דעם לאָזונג „אַנאַ פֿראַנק, אַ גילטיקע געשיכטע און די פֿרײַהייט פֿון זײַן‟. מען האָט אויך געװיזן דעם פֿילם „דאָס לעבן פֿון אַנאַ פֿראַנק‟. דעם חודש האָט דער פֿאַרלאַג „פּײַדאָס‟ פּובליקירט אַן אַויסגעברייטערטע ביאָגראַפֿיע פֿון אַנאַ פֿראַנקן מיט נײַע אומבאַקאַנטע מאַטעריאַלן, װאָס די פֿאָרשערין מעליזאַ מילער האָט צוגעגרייט.


נײַע פֿאַקטן פֿאַרבונדן מיטן פּראָקוראָר ניסמאַן

די ריכטערין פּאַלמאַגיני, װאָס דאַרף זיך אַרויסזאָגן װעגן ניסמאַנס טויט, האָט געפֿאָדערט בײַ דער פּראָקוראָרין פֿײַן, זי זאָל אויספֿאָרשן אַן אַנאָנימען דאָקומענט, װאָס די דעפּוטאַטן פּאַטריסיאַ בולריטש האָט פֿאַרעפֿנטלעכט. דאָס איז אַ בלעטל װאָס רעדט פֿון אַ מאַן, 53 יאָר אַלט, אַ געשעפֿטמאַן, װאָס איז פֿאַרבונדן מיטן זיכערהייט־סעקרעטאַר סערגיאָ בערני און צוויי פֿירערס פֿון סינדיקאַטן. די פּראָקוראָרין פֿײַן האָט גלײַך פֿון אָנהייב אָפּגעװאָרפֿן אָט־די טעזע, אָבער זי װעט מוזן פֿון דאָס נײַ זיך נעמען אויסצופֿאָרשן דעם ענין, װײַל אַלע דערמאָנטע פּערסאָנאַזשן האָבן געהאַט אַ דירה אינעם זעלביקן בנין, וווּ ניסמאַן איז געפֿונען געװאָרן אַ טויטער.


דער שטאָט־פּאַרלאַמענט צייכנט אויס „פֿונדאַציע צדקה‟

מיטװאָך, דעם 17טן יוני האָט דער פּאַרלאַמענט פֿון דער שטאָט אויסגעצייכנט די פֿאַר איר סאָלידאַרער אַרבעט לטובֿת די נויטבאַדערפֿטיקע אײַנװוינער פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. די פֿונדאַציע איז געשאַפֿן געװאָרן דורך דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה און איז אויסגעװאַקסן װי אַ זעלבשטענדיקע אינסטיטוציע, װאָס זאָרגט פֿאַר דירות פֿאַר ייִדן, װאָס װוינען אין אָרעמע געגנטן, עסן און רפֿואות, מעדיצינישע באַדינונגען און דערציִונג; און לעצטנס זאָרגט זי אויך פֿאַר נישט פֿאַרמעגלעכע ייִדן פֿון דער שׂאַרית־הפּליטה.


דער רעזשיסאָר סערגיאָ רענאַר (שמואל כּהן) — געשטאָרבן

דער רעזשיסאָר סערגיאָ רענאַר
דער רעזשיסאָר סערגיאָ רענאַר

סערגיאָ רענאַן, דער באַרימטער אַרגענטינער אַקטיאָר, אָפּערע און פֿילם־רעזשיסאָר איז געשטאָרבן שבת דעם 13טן יוני אין עלטער פֿון 82 יאָר. די לװיה איז פֿאָרגעקומען אין „טעאַטער קאָלאָן‟, וווּ ער האָט מיט זײַנע לעצטע כּוחות אויפֿגעפֿירט אַ געניאַלע װערסיע פֿון דאָניצעטיס „עליזיר ד‘אַמאָרע‟. זײַן אַמתער נאָמען איז געװען שמואל כּהן. אַ געבוירענער אין די אַגראַר־קאָלאָניעס פֿון ענטרע־ריִאָס, האָט ער אָנגעהויבן זײַן קאַריערע װי אַן אַקטיאָר אין דעם ספּאָרטקלוב העבראַיִקאַ. אין 1974 האָט זײַן פֿילם „די הפֿסקה‟ באַקומען דעם „אָסקאַר‟ אין האָליװוּד, װי דער בעסטער פֿילם אין אויסלענדישע שפּראַכן. אין טעלעװיזיע האָט ער אויפֿגעפֿירט מײַסטערװערק פֿון דער װעלט־ליטעראַטור, און אויך אַרײַנגענומען שאַפֿונגען פֿון ייִדישע שרײַבערס, װי שלום אַש און שלום־עליכם. זײַנע אויפֿפֿירונגען פֿון אָפּערעס אין טעאַטער „קאָלאָן‟, װוּ ער איז געװען דירעקטאָר צװישן 1989־1996 און אַ קורצע צײַט אין 2000, װערן פֿאַררעכט װי די בעסטע אין די לעצטע 30 יאָר. זײַנע 10 פֿילמען האָבן שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם און בײַ די קריטיקערס.


טשילע: הילף פֿאַר טשאַניאַראַל

די קהילה פֿון סאַנטיאַגאָ, טשילע האָט זיך מאָביליזירט און אַרויסגעשיקט הילף קיין טשאַניאַראַל, אַ שטאָט װאָס האָט געליטן פֿון געפֿערלעכע שטורעמס און פֿאַרפֿלייצונגען פֿון חודש מאַרץ אָן. זי האָט צוגעשטעלט לעצטנס דענטיסטן, װאָס באַדינען אומזיסט אַלע אײַנװוינער פֿון דער געגנט. ביז זונטיק, דעם 14טן, האָבן זיי אויפֿגענומען 25 פּאַציענטן טעגלעך.


טאָג פֿון פֿאַלאַפֿעל

אויך אין בוענאָס־אײַרעס האָט מען געפֿײַערט דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿונעם פֿאַלאַפֿעל. דער ישׂראלי בען לאַנג, װאָס האָט אויך אײַנגעפֿירט דעם טאָג פֿון כומוס, האָט פֿאַרשפּרייט זײַנע פֿאָרשלאָגן אין 2011 דורך אינטערנעץ, האָט אויך געהאַט הצלחה בײַ אונדז, און אין אַ סך אינסטיטוציעס האָט מען אָרגאַניזירט אָװנטן, װוּ מען האָט געלערנט צוגרייטן די ישׂראַלדיקע קלאַסישע מאכלים און מען האָט אויך געקענט געניסן פֿון זיי. די אײַנקונפֿטן פֿונעם אָװנט זײַנען געװידמעט געװאָרן פֿאַר סאָלידאַרער אַרבעט אין אָרעמע געגנטן פֿון דער שטאָט.


אורוגווײַ: אַ רעליגיעזער שמועס פֿון צוויי הויפּט־גײַסטלער

דינסטיק, דעם 16טן יוני איז אין מאָנטעװידעאָ, אורוגװײַ פֿאָרגעקומען דער עפֿנטלעכער שמועס, װאָס דער הויפּט־רבֿ בן־ציון שפּיץ האָט געהאַלטן מיטן קאַרדינאַל דניאל סטורלאַ, אַרציבישאָף פֿון מאָנטעװידעאָ. די טעמע איז געװען „װאָס האָט די אמונה צו זאָגן פֿאַר דער מאָדערנער משפּחה‟. דער עולם, װאָס האָט איבערגעפֿילט דעם קהילה־זאַל, האָט נאָך דעם געהאַט די מעגלעכקייט צו שטעלן פֿראַגעס און די פּרעסע האָט ברייט קאָמענטירט דעם אָװנט.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.