איינער פֿון די הויכפּונקטן פֿונעם וואָך־לאַנגן „קולטורפֿעסט‟ אין ניו־יאָרק די וואָך איז געווען דער סימפּאָזיום וועגן ייִדישן טעאַטער, שפּראַך און ליטעראַטור, אָרגאַניזירט פֿונעם „סקירבאָל אָפּטייל פֿון העברעיִשע און ייִדישע שטודיעס‟ אין ניו־יאָרקער אוניוורעסיטעט, דורך די פּראָפֿעסאָרן גענאַדי עסטרײַך און דוד ענגל.
צווישן די רעפֿעראַנטן האָט אויפֿגעטראָטן סענדי (סאָסיע) פֿאַקס, אַ גראַדויִר־סטודענטקע פֿון ייִדישער געשיכטע אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, מיט אַ טייל פֿון איר פֿאָרש־אַרבעט וועגן אַ טעמע, וואָס איז, דאַכט זיך, ביז איצט קיין מאָל נישט שטודירט געוואָרן: די ייִדישיסטישע יוגנט־באַוועגונג אין אַמעריקע.
שוין יאָרן לאַנג, וואָס די סאָציאָלאָגן קײַען איבער די זעלבע טעמעס אין שײַכות מיט די יונגע אַמעריקאַנער ייִדן: זייער צוגאַנג צו ישׂראל, פֿרומקייט, געמישטע חתונות… נאָר די יונגע ייִדן, וואָס פֿילן זיך נאָענט צו דער ייִדישער שפּראַך, וואָס נעמען ייִדיש־קורסן, זינגען ייִדישע לידער, און באַמיִען זיך אויפֿצוהאַלטן מאַמע־לשון אין זייער טאָג־טעגלעכן לעבן, האָבן די ייִדישע סאָציאָלאָגן און היסטאָריקער ביז איצט אין גאַנצן איגנאָרירט.
צום טייל, איז עס, אַוודאי, ווײַל די צאָל ייִדישיסטן איז אַ קליינע. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דער פֿאַקט אַליין, וואָס זיי באַמיִען זיך צו רעדן ייִדיש, נישט געקוקט אויף דעם וואָס ס׳רובֿ פֿון זייערע מיטצײַטלער זענען נישט פֿאַראינטערעסירט אין דעם, איז ווערט מע זאָל שטודירן די באַוועגונג.
פֿאַקס האָט דערציילט וועגן צוויי ייִדישיסטישע יוגנט־אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע: „יוגנטרוף יוגנט פֿאַר ייִדיש‟, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1964, און „ייִדיש־פֿאַרם‟ — אין 2010. פֿונעם ערשטן בליק, זעען די צוויי גרופּעס אויס זייער ענלעך, ווײַל אין ביידע זענען די מיטגלידער אידעאָלאָגיש איבערגעגעבן דעם גערעדטן ייִדיש. אָבער דער אופֿן ווי אַזוי די „יוגנטרוף‟־מיטגלידער האָבן אין די ערשטע יאָרן געשריבן וועגן דעם, ווי אַזוי מע זאָל רעדן ייִדיש, און דער אופֿן אין וועלכן די „ייִדיש־פֿאַרם‟־באַטייליקטע רעדן ייִדיש הײַנט, שפּיגלען אָפּ גאָר אַנדערע מאָמענטן אין דער ייִדישער אַמעריקאַנער געשיכטע, האָט פֿאַקס באַמערקט.
אויפֿן ערשטן צוזאַמענפֿאָר פֿון „יוגנטרוף‟ אין 1964, למשל, האָבן די פֿירער דערקלערט, אַז זייער ציל איז צו ראַטעווען די ייִדישע שפּראַך פֿון „איינער פֿון די גרעסטע סכּנות‟ וואָס באַדראָט זי: „די טענדענץ צו רעדוצירן מאַמע־לשון צו אַ שפּראַך פֿון געזאַנג און פֿאָרמעלע רעציטאַציעס… מאַמע־לשון איז במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 100 יאָר געווען דאָס שטיפֿקינד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק: איגנאָרירט, דיסקרימינירט און גערודפֿט. ׳יוגנטרוף׳ מוז דאָס באַקעמפֿן.‟
דורך לייענקרײַזן, צוזאַמענפֿאָרן און דעם „יוגנטרוף‟־זשורנאַל, האָבן די פֿירער פֿון דער אָרגאַניזאַציע גערופֿן זייערע מיטגלידער צו רעדן און שרײַבן אַ קאָרעקטן ייִדיש, לויט די ייִוו״אָ סטאַנדאַרטן. זיי האָבן אַפֿילו פּיקיטירט די ביוראָען פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ און „טאָג־מאָרגן זשורנאַל‟, דריקנדיק אויף זיי צו „מאָדערניזירן און סטאַנדאַרדיזירן זייער אויסלייג‟. דערצו האָט דער זשורנאַל געהאַט אַ רובריק, „אונדזער שפּראַכווינקל‟, וואָס האָט געמוטיקט די מיטגלידער צו פֿאַרבעסערן זייערע אייגענע שפּראַך־פֿעיִקייטן. צום גרויסן טייל, זענען די יונגע לײַט באַווירקט געוואָרן פֿון זייער גײַסטיקן מדריך — דער ייִדישער שפּראַכפֿאָרשער ד״ר מרדכי שעכטער, און אויך פֿונעם גרינדער פֿון ייִוו״אָ — מאַקס ווײַנרײַך.
נאָך וויכטיקער איז אָבער געווען „יוגנטרופֿס‟ רוף צו יונגע לײַט צו רעדן ייִדיש איינער מיטן צווייטן. אין אַ צײַט ווען דער ייִנגערער דור ייִדיש־קענער (ס׳רובֿ פֿון זיי — די קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה) האָבן בלויז גערעדט ייִדיש מיט זייערע עלטערן אָדער מיט באָבע־זיידע, האָט „יוגנטרוף‟ גערופֿן אירע מיטגלידער צו רעדן ייִדיש אויך מיט זייערע גוטע פֿרײַנד, אויף טעמעס, וואָס מע האָט ביז דעמאָלט נישט אויסגעדריקט אויף מאַמע־לשון: וועגן די דעמאָלטיקע פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע איבערקערענישן; וועגן זייערע ליבעס, און וועגן זייער טאָג־טעגלעכן לעבן אין אוניווערסיטעט.
אין די 1980ער און 1990ער יאָרן, ווען אַ סך יוגנטרופֿניקעס האָבן שוין חתונה געהאַט און דערצויגן קינדער, איז דער טראָפּ פֿון דער אָרגאַניזאַציע אַריבער, צום גרויסן טייל, צו די באַדערפֿענישן און אינטערעסן פֿון ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות, האָט פֿאַקס געזאָגט. אָבער אין 2006, זענען אַ צאָל פֿון די קינדער פֿון יענע יוגנטרופֿניקעס שוין אַליין געוואָרן דערוואַקסלינגען און קאָלעדזש־סטודענטן, האָבן זיי — אין איינעם מיט נײַע ייִדיש־קענער, וואָס האָבן זיך אויסגעלערנט ייִדיש אין אוניווערסיטעט — איבערגענומען די פֿירערשאַפֿט פֿון „יוגנטרוף‟, און דערבײַ עס ווידער אויפֿגעלעבט ווי אַ סטודענטישע באַוועגונג. זיי האָבן געפֿירט זייערע זיצונגען אויף ייִדיש; געפּראַוועט מסיבהלעך מיטן נאָמען „סבֿיבֿות‟; אָרגאַניזירט „ייִדיש־סוף־וואָכן‟ אויף קאָלעדזש־קאַמפּוסן, און איבערגענומען די פֿירערשאַפֿט פֿון דער פּאָפּולערסטער יערלעכער אונטערנעמונג — די ייִדיש־וואָך.
אָבער נישט אַלע יוגנטרופֿניקעס זענען געווען צופֿרידן מיט סתּם סאָציאַלע אַקטיוויטעטן. „זאָל דער גרעסטער אויפֿטו פֿון די ייִדישיסטן אין 21סטן יאָרהונדערט זײַן צו טרינקען ביר מיט אונדזערע חבֿרים?‟ האָט געקלערט אַ נײַ־געקומענער ייִדישיסט, ישׂראל וואָרנער באַס.
בעת אַ זיצונג פֿון דער „יוגנטרוף‟־עקזעקוטיווע אין סעפּטעמבער 2009, האָט באַס פֿאָרגעלייגט, מע זאָל בויען אַ ייִדיש־פֿאַרם — אַן אָרט, וווּ מע לעבט זיך אויס אויף ייִדיש, און גלײַכצײַטיק פֿאַרבינדט מען זיך מיט דער וואַקסנדיקער סבֿיבֿה־פֿאַרהיטונג־באַוועגונג, וואָס האָט שוין צוגעצויגן אַ סך יונגע אַמעריקאַנער ייִדן. די עקזעקוטיווע האָט באַשלאָסן זיך נישט אונטערצונעמען אַזאַ גרויסן פּראָיעקט, אָבער באַס האָט זיך נישט אונטערגעגעבן, און אין דעצעמבער 2010 האָבן ער און אַ צווייטער יוגנטרופֿניק, נפֿתּלי איידלמאַן (אַ זון פֿון דער מחברטע פֿון די שורות), געמאָלדן די גרינדונג פֿון אַ ייִדיש־רעדנדיקן ייִשובֿ אויפֿן מוסטער, פֿאָרגעלייגט פֿון די ייִדישע טעריטאָריאַליסטן פֿון מיזרח־אייראָפּע.
בעת דער גרינדונג־צערעמאָניע פֿון ייִדיש־פֿאַרם אין דער „סטאַנטאָן סטריט שיל‟ אין מאַנהעטן, האָט באַס דערקלערט: „אין דער לעצטער תּקופֿה האָבן מיר געזען װי די צװײ גרעסטע ׳-איזמען׳ בייִ ייִדן, דער קאָמוניזם און דער ציוניזם, האָבן זיך באַנוצט מיט ערד־אַרבעט, כּדי צו דערגרײכן זײערע צילן. אויף די קיבוצים אין ארץ־ישׂראל און די קאָלכאָזן פֿון קרים און ביראָבידזשאַן האָבן ייִדן געאַרבעט מיט די הענט צו שאַפֿן נײַע נאַציאָנעלע צענטערס. די צװײ באַװעגונגען האָבן זיך אָבער באַנוצט מיט ערד־אַרבעט װי אַ מיטל פּטור צו װערן פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם ׳אַלטן ייִד׳, כּדי צו שאַפֿן אַ נײַעם ייִד, מער צוגעפּאַסט צו זײערע ענדצילן.‟ דער ציל פֿון „ייִדיש־פֿאַרם‟, האָט באַס דערקלערט, איז אָבער, פֿאַרקערט, דווקא צו שעפּן אינספּיראַציע פֿון דער ייִדישר קולטור־ירושה.
איידלמאַן האָט דערבײַ פֿאָרגעלייגט אַ צווייטן ציל: די פֿאַרם זאָל אויך ווערן אַן אָרט, וווּ סטודענטן קענען קומען זיך אויסלערנען ייִדיש. „ווען אַ סטודענט פֿון פֿראַנצייזיש וויל פֿאַרבעסערן זײַנע שפּראַך־פֿעיִקייטן, פֿאָרט ער קיין פֿראַנקרײַך. מיר האָבן אָבער נישט קיין ׳ייִדישלאַנד׳, דאַרפֿן מיר שאַפֿן פֿאַר די סטודענטן אַזאַ אָרט, וווּ זיי קענען זיך אויסלעבן טאָג־טעגלעך אויף מאַמע־לשון,‟ האָט ער דערקלערט.
די עקספּערטין אין ייִדיש־קאָכערײַ, איוו יאָכנאָוויץ, האָט פֿאָרגעלייגט באַס און איידלמאַן איר משפּחהס פֿאַרם־שטח אין גאָשען, ניו־יאָרק, און אַזוי איז טאַקע געגרינדעט געוואָרן „ייִדיש־פֿאַרם‟.
איינער פֿון די הויפּטצילן פֿון „ייִדיש־פֿאַרם‟ — צו רעדן בלויז ייִדיש, פֿונעם ערשטן טאָג אָן — האָט נישט־וועלנדיק געשאַפֿן אַ שטיקל פּראָבלעם, האָט פֿאַקס דערקלערט. אין אַ סבֿיבֿה, וווּ די אָנהייבער פֿון אַ געוויסער שפּראַך ווערן געמוטיקט צו רעדן ייִדיש גלײַך פֿון אָנהייב, לערנען די סטודענטן זיך אָפּ נישט בלויז פֿון די לערער, אָבער אויך פֿון זייערע מיט־סטודענטן. ווי אַ פּועל־יוצא וועלן געוויסע גרײַזן ווערן אַ נאָרמאַלער טייל פֿונעם גערעדטן לשון. אַ טייל פֿון די לערער האָבן שוין אָנגעהויבן קלערן, אַז אפֿשר זאָלן די סטודענטן נישט אָנהייבן רעדן ייִדיש ביז מע האָט זיי „אַרײַנגעפּאַקט אין מוח די גאַנצע לערע פֿון אוריאל ווײַנרײַך‟, דער מחבר פֿון דער גראַמאַטיק, „קאָלעדזש־ייִדיש‟. ס׳רובֿ פֿון די ייִדיש־פֿאַרם פֿירער האַלטן אָבער, אַז דאָס רעדן ייִדיש טאָג־טעגלעך, אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן, האָט פֿאָרט מער מעלות ווי חסרונות, און איז דערפֿאַר ווערט מע זאָל עס אָנהאַלטן.
עס קומען אויך פֿאָר אַנדערע וויכּוחים וועגן גערעדטן ייִדיש אויף ייִדיש־פֿאַרם, זאָגט פֿאַקס. ערשטנס, צי זאָל מען אַרײַנלאָזן ענגלישע ווערטער און השׂגות ווי „הויך פֿינעף‟ פֿאַר high five, אָדער „קיל‟ פֿאַר cool? וואָס זאָל זײַן דער צוגאַנג צו דיאַלעקטן? די לערנביכער אויף ייִדיש־פֿאַרם לערנען טאַקע כּלל־ייִדיש, אָבער די סטודענטן ווערן געמוטיקט צו רעדן וועלכן דיאַלעקט זיי ווילן, לויט זייער אייגענעם גענעאָלאָגישן אָפּשטאַם, אָדער סתּם ווײַל אַ געוויסער דיאַלעקט פֿילט זיך מער „אויטענטיש‟. אויב אַ סטודענט וויל, למשל, רעדן ווי די חסידים, וואָס באַזוכן אָפֿט ייִדיש־פֿאַרם, וועלן די גראַמאַטישע כּללים במילא שפּילן אַ סך אַ קלענערע ראָלע; פֿון דער אַנדערער זײַט, וועט יענער סטודענט זיך אַ סך גרינגער פֿאַרשטענדיקן מיט ייִדיש־רעדנדיקע חסידים, ווי אַ סטודענט פֿון בלויז כּלל־ייִדיש.
ס׳איז קלאָר, אַז איינע פֿון די הויפּט־סיבות פֿאַר וואָס „יוגנטרוף‟ און ייִדיש־פֿאַרם האָבן אַזאַ אַנדער מין צוגאַנג צום גערעדטן ייִדיש איז, ווײַל די מיטגלידער פֿון „יוגנטרוף‟ צווישן די 1960ער און 1990ער יאָרן האָבן געהאַט צו וועמען זיך צו ווענדן מיט זייערע שפּראַך־שאלות — צו ערשט, מאַקס און אוריאל ווײַנרײַך, און שפּעטער — מרדכי שעכטער. די באַטייליקטע אין ייִדיש־פֿאַרם האָבן אָבער ניט קיין מורה־דרך.
דאָס איז טאַקע דער גרעסטער אונטערשייד צווישן די צוויי אָרגאַניזאַציעס. „די אַמאָליקע יוגנטרופֿניקעס האָבן געהאַלטן, אַז מע מוז קעמפֿן פֿאַרן חשיבֿות פֿון ייִדיש,‟ האָט פֿאַקס געזאָגט. „די הײַנטיקע יונגע ייִדיש־רעדער דאַרפֿן עס, צו ערשט, גיין אויסזוכן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.