פֿון וואַנען קומט דער האַס?

Where Does Hatred Come From?

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published June 19, 2015, issue of July 10, 2015.

אָפֿט מאָל וווּנדער איך זיך: אַזוי פֿיל האַס, אַזוי פֿיל הריגות, אַזוי פֿיל שׂינאה אויף דער וועלט — פֿון די ערשטע האָמאָסאַפּיאַנער, ביז דער הײַנטיקער וועלט־באַפֿעלקערונג. אַמאָל האָט מען געממיתט צוליב פֿאַרשיידענע סיבות: צוליבן פֿרעס, דער אַכילה, צוליב דעם ווײַבערישן מין, צוליב טעריטאָריע און אָן אַ צאָל „צוליבס‟. הײַנט האָט זיך גאָרנישט געביטן, פֿאַרכאַפּונג פֿון טעריטאָריע, יענעמס פֿאַרמעגן, צוליב דעם ווײַבערישן מין, און ווידעראַמאָל, צוליב אַ טויזנט „צוליבס‟.

כ’האָב ערשט געזען אויפֿן עקראַן דעם גענאָציד, די פֿאַרניכטונג, וואָס די טערקן האָבן געפּראַוועט איבער די אַרמענער אין 1915, ממש חרובֿ געמאַכט אַ פֿאָלק, ווײַל זיי זײַנען קריסטן, און אויסגעטראַכט אויף זיי אַלערליי בילבולים. פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם דאָקומענטאַר־פֿילם האָט צונויפֿגעשטעלט אונדזערס אַ ייִד מיטן נאָמען סטיואַרד גאָלדבערג, מיט דער שטיצע פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דער זעלבער חבֿרה־מאַן האָט צוגעגרייט אַ טוץ דאָקומענטאַר־פֿילמען, וואָס מען ווײַזט אויף דער טעלעוויזיע, וווּ ער באַהאַנדלט די ייִדישע עפּאָכע פֿון די 1880ער יאָרן ביז היטלערס אויפֿקום, און פֿאַרענדיקט מיטן חורבן.

דאָס אַלץ איז מיר נישט פֿרעמד, ס’איז זיכער באַקאַנט אַ יעדן איינעם. וואָס אינטערעסירט מיך איז די טבֿע פֿונעם מענטש, געראַטעוועט פֿון אַ גענאָציד און זייער טבֿע לגבי אַנדערע פֿעלקער, אַנדערע ראַסעס, אַנדערע רעליגיעס און אַנדערע מינדערהײטן. צי האָבן זיי זיך באַפֿרײַט פֿונעם וואָרעם, וואָס מען רופֿט האַס און מיאוסן ווידערווילן צו אַנדערע? די זעלבע פֿעלקער, וואָס זיי צי זייער נאָכוווּקס, איז ערשט אַרויס פֿון די שײַטער־הויפֿנס, פֿון דער מגפֿה פֿון האַס, פֿון דער שׂינאת־מוות, צי האָבן זיי אַרויסגעריסן פֿון זייערע אינגעוויידן די לײַדנשאַפֿט פֿון שטעכמעסערס? אויב נישט, מוז עס זײַן נישט אַנדערש ווי אײַנגעקאָוועט אינעם מענטשן, די שפּין פֿון האַס.

די נײַע עמיגראַנטן, וואָס האָבן פֿאַרכאַפּט די אַמעריקאַנער יבשה, אַליין אַנטלאָפֿענע פֿון רעליגיעזע רדיפֿות און שחיטות, האָבן זיך גלײַך גענומען צו די אײַנגעבירגערטע אינדיאַנער, און אַ סך פֿון זיי אויסגעשאָכטן. מיט דער צײַט האָבן זיי זיך אײַנגעפֿונדעוועט, און ווי נאָר מע האָט אַהערגעבראַכט טויזנטער אומשולדיקע נפֿשות פֿון אַפֿריקע, און זיי פֿאַרשקלאַפֿט, האָט זיך צעבליט דער האַס. זייער הויט האָט האָט אויסגעזען אַנדערש פֿון די ווײַסע לײַבער, און ביזן הײַנטיקן טאָג גייט אָן דער האַס צו די שוואַרץ־הויטיקע מענטשן. מיט אַ הונדערט יאָר צוריק, ווען אירלאַנד האָט אַדורכגעמאַכט דעם גרויסן הונגער, זײַנען אַ סך פֿון זיי אַהערגעקומען, אַ סך פֿון זיי זײַנען געוואָרן פּאָליציאַנטן, נו, האָט מען צו זיי, חלילה, אויסגעמיטן דעם האַס מיט דער רוגזה? אַ נעכטיקער טאָג.

און אַזוי פֿאָלק בײַ פֿאָלק, אַרײַנגערעכנט אונדז ייִדן; מ‘האָט דיסקרימינירט, נישט צוגעלאָזט צו געוויסע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס, כּמעט אַ יעדער פּרעסטיזשפֿולער אוניווערסיטעט האָט נישט צוגעלאָזט צו געוויסע פּראָפֿעסיעס, ווײַל דער אַנטיסעמיטיזם איז אײַנגעבאַקן אין זייער לײַב און לעבן.

און אַז איך האַלט שוין דערבײַ, וועל איך אײַך דערציילן די מעשׂה פֿון מײַן שכנטע, די אַרמענישע קריסטין. אונדזערע ביידע הײַזער זײַנען געווען צוגעטשעפּעט ווי אַ סיאַמער צווילינג. מיר האָבן אויסגעמיטן איינס ס’אַנדערע, ווײַל מיר האָבן זיך נישט געקענט און קיינער פֿון אונדז האָט נישט איבערגעטראָטן די שוועל איינע צו דער אַנדערער.

איז געקומען דער יום־טובֿ סוכּות און מיר האָבן אויפֿגעשטעלט אַ סוכּה איבער אונדזער גאַראַזש. ס’האָט קיינעם נישט געשטערט, אַ חוץ מײַן אַרמענישער שכנטע. די קינדער האָבן דעקאָרירט די סוכּה און מיר האָבן אַפֿילו געגעסן אין סוכּה, און ס’איז געווען חי־געלעבט.

אין דער זעלבער צײַט האָט מײַן שכנטע אויפֿגעשטעלט אַ ניטל־בוים, דעקאָרירט עס מיט אַ סך קאָלירטע לעמפּעלעך, און ווי איך האָב עס פֿאַרשטאַנען האָט עס משׂמח געווען די געגנט אין דער בראָנקס, וווּ מיר האָבן געוווינט. מיטאַמאָל איז מײַן שכנטע אויסגעבראָכן אין אַ ווילדן כּעס. וואָס איז די מעשׂה? ס’איז איר נישט געפֿעלן מײַן סוכּה, ס’איז אַ ווילדע זאַך, האָט זי געטענהט, און זי האָט מיך גענומען וואָרענען איך זאָל עס תיכּף־ומיד אַראָפּנעמען, ווײַל מײַן סוכּה פֿאַרמיאוסט איר ניטל־בוים.

איך בין איר אָבער אונטערגעקומען און גענומען לויבן איר שיינעם ניטל־בוים, ווי שיין עס באַלײַכט די גאַס. זי האָט זיך נישט באַרויִקט, די בלוטן האָבן אין איר געקאָכט, זי איז שיִער נישט אַרויס פֿון די כּלים. צו מאָרגנס, ווען איך האָב געהאַלטן בײַם פֿאָרן אין שטאָט, האָט זיך מײַן אויטאָ נישט גערירט פֿון אָרט. צינדט אַהין, צינד אַהער, ס’איז „גודבײַ טשאַרלי‟ — דער אויטאָ איז טויט. נעם איך און רוף אַן אויטאָ־מעכאַניקער. יענער קומט מיט אַ קעסטעלע כּלים, באַקוקט פֿון פֿאָרנט, פֿון אונטן, פּרובירט דעם מאָטאָר — טויטע זאַכן. ער זאָגט מיר אָן די גוטע בשׂורה, אַז עמעצער האָט אַרײַנגעשיט אַ פּעקל צוקער אין מײַן בענזין־טאַנק. ער וויל וויסן, ווער האָט געקענט אָפּטאָן אַזאַ מיאוס שטיקל אַרבעט. זאָג איך אים, איך ווייס נישט, ווײַל מיר האָבן נישט קיין שׂונאים.

איך בין אַרויף צו מײַן אַרמענישער שכנטע, און איר זון, און זיי גענומען אויפֿן צימבל:

„איר אַרמענער, נאָך אַזאַ גענאָציד האָט זיך גאָרנישט אָפּגעלערנט, און געבליבן פֿאַרביסענע אַנטיסעמיטן, צו אַלדע רוחות. איך וועל רופֿן די פּאָליציי, אויב איר וועט זיך נישט מודה זײַן. איך וועל אײַך אָנקלאָגן אין געריכט און וועל עס נישט פֿאַרשווײַגן.‟

די חבֿרה האָט זיך דערשראָקן פֿון מײַנע סטראַשונקעס. זי האָבן זיך גענומען פֿאַרענטפֿערן, אַז זיי זײַנען אומשולדיק, דער זון איז נאָך יונג און דער האַס צו ייִדן איז בײַ אים אײַנגעבאַקן. זיי וועלן באַצאָלן פֿאַר דעם שאָדן, אַבי מיר זאָלן זיי מוחל זײַן.

און דער עפּיזאָד איז געקומען צו מיר נאָכן זען, וואָס די טערקן האָבן אָפּגעטאָן מיט די אַרמענער. וואָלסטו דאָך געמיינט, אַז די געראַטעוועטע האָבן זיך אויסגעמענטשלט און אָנגעוווירן דעם סם פֿון האַס, איז עס בלויז אַן אײַנרעדעניש, דער עיקר, דער מין מענטש איז אָנגעגריפֿן פֿון אַ מגפֿה, וואָס לאָזט נישט צו רו. האַסט מען ביזן הײַנטיקן טאָג יענעם, וואָס געהערט נישט צו דער זעלביקער רעליגיע, צו דער זעלביקער ראַסע, צום זעלבן קאָליר פֿון דער הויט, צו יעדן איינעם וואָס איז אַנדערש.

אָבער דער האַס צו ייִדן איז אַ סטאַבילע חלאת, כּמעט אַ וועלט איז אָנגעגריפֿן דערמיט. די וועלט קען זיך בשום־אופֿן נישט באַפֿרײַען פֿון דער קינאה און שׂינאה צו ייִדן, אַזוי אַז ס’איז נישט וויכטיק, צי מיר זײַנען הילפֿלאָז, צי שטאַרק, רײַך צי אָרעם, אַפֿילו די אַסימילאַציע האָט אונדז ייִדן נישט באַפֿרײַט פֿון דער אָנשיקעניש, כאָטש בײַ אונדז טוט מען זיך נישט נוקם זײַן אין אונדזערע שׂונאים. זעט אויס, אַז שולדיק אין דעם איז די משפּחה, וואָס פֿאַרסמט די הערצער פֿון די קינדער.