אין דער שטאָט סאַכנין, וואָס געפֿינט זיך אינעם צפֿונדיקן גליל־ראַיאָן פֿון ישׂראל, האָט זיך געעפֿנט דער ערשטער ישׂראלדיקער אַראַבישער מוזיי פֿון מאָדערנער קונסט.
די עפֿענונג־צערעמאָניע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט דער מעיאָר פֿון סאַכנין, מאַזען גנאַיִם, און נחמה ריוולין, דאָס ווײַב פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעזידענט, ראובֿן ריוולין, איז פֿאָרגעקומען מיטוואָך, דעם 17טן יוני. דער נײַער מוזיי הייסט AMOCA — ענגלישע ראָשי־תּיבֿות פֿונעם „אַראַבישן מוזיי פֿון מאָדערנער קונסט‟.
ס׳רובֿ תּושבֿים פֿון סאַכנין זענען אַראַבער. די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע האָט געשאַפֿן דעם מוזיי בשותּפֿות מיטן ישׂראלדיקן סקולפּטאָר בעלו־סימיאָן פֿײַנאַרו — אַ רומעניש־געבוירענער ייִד. די שאַפֿער האָבן דערקלערט, אַז דער עיקר־צוועק פֿונעם נײַעם מוזיי איז שלום און דיאַלאָג צווישן ייִדן און אַראַבער. די ערשטע אויסשטעלונג בײַם אַרײַנגאַנג טראָגט דעם נאָמען „כיוואַר‟, וואָס מיינט אויף אַראַביש אַ „דיאַלאָג‟.
אין אַ שמועס מיט דער פֿראַנצויזישער נײַעס־אַגענטור AFP, האָט פֿײַנאַרו דערקלערט, אַז די שאַפֿער פֿונעם מוזיי שטרעבן צו פֿאַראייניקן די קינסטלער פֿונעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן, צו אַנטווילקען די קונסט־סצענע אין דער געגנט אַרום סאַכנין, און צו געבן דעם ברייטן עולם, ייִדן און אַראַבער, אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט דער הײַנטצײַטיקער קונסט.
נחמה ריוולין האָט געזאָגט בעת דער עפֿענונג־צערעמאָניע, אַז דער נײַער מוזיי, וווּ די שאַפֿונגען פֿון ייִדישע און אַראַבישע קינסטלער ווערן אויסגעשטעלט צוזאַמען, איז אַ „רעוואָלוציאָנערער‟ פּראָיעקט. אַזאַ צענטער, ווי זי האָט באַמערקט, איז מסוגל צונויפֿצוברענגען פֿאַרשיידענע קונסט־שאַפֿער, וואָס לעבן אין אייגענע פּריוואַטע לעבן־ספֿערעס, כּדי זיי זאָלן זיך באַקענען מיט די אַנדערע מענטשן, וואָס קומען פֿון אַנדערע ערטער און קולטור־סבֿיבֿות. ריוולין האָט אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז אינעם מוזיי וועט זיך שאַפֿן אַ פֿרײַנדלעכע אַטמאָספֿער פֿון פּאַרטנערשאַפֿט און קאָאָפּעראַציע, אין וועלכער ס׳איז נישטאָ קיין חילוק צווישן אַראַבער און ייִדן.
לכתּחילה, האָט מען פּלאַנירט צו עפֿענען דעם מוזיי אין האַרבסט. דער פּראָיעקט האָט זיך אָבער פֿאַרשלעפּט כּמעט אויף אַ יאָר צוליב דער מלחמה אין עזה, נאָך וועלכער אין ישׂראל האָט זיך פֿאַרשאַרפֿט דער קאָנפֿליקט צווישן דער ייִדישער און אַראַבישער באַפֿעלקערונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.