די ישׂראלדיקע פּאָליציי האָט פֿאַרהאַלטן 16 יונגע ייִשובֿניקעס פֿונעם מערבֿ־ברעג אין שײַכות מיטן פֿײַער־אַטאַק אויף אַ היסטאָרישן קלויסטער אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון ישׂראל. שפּעטער, האָט די פּאָליציי אַרויסגעלאָזט אַלע אַרעסטירטע.
דאָנערשטיק, דעם 18טן יוני, איז אַ שׂריפֿה אויסגעבראָכן בײַם „קלויסטער פֿון פֿאַרמערטע לאַבנס און פֿיש‟, וואָס שטייט אויפֿן צפֿון־מערבֿדיקן ברעג פֿון ים־הכּנרת. די קריסטן גלייבן, אַז אויף דעם דאָזיקן אָרט האָט יעזוס על־פּי־נס אָנגענערט טויזנטער מענטשן מיט בלויז פֿינף לאַבנס ברויט און צוויי פֿיש. דער איצטיקער קלויסטער שטייט אויפֿן שטח פֿון אַן אוראַלטן בנין פֿונעם 5טן יאָרהונדערט; די רעסטאַוורירטע מאָזאַיִק אויף דער פּאָדלאָגע איז אָפּגעהיט געוואָרן פֿון יענער תּקופֿה. די נײַעס־אַגענטור „רויטערס‟ האָט איבערגעגעבן, אַז די אוראַלטע מאָזאַיִק האָט נישט געליטן פֿון דער שׂריפֿה.
אויף די ווענט פֿונעם קלויסטער האָבן די אונטערצינדער איבערגעלאָזט אויפֿרופֿן „צו צעשמעטערן די עבֿודה־זרה‟, דערפֿאַר האָט די פּאָליציי באַשלאָסן, אַז דאָס פֿאַרברעכנס זענען באַגאַנגען די רעכטע ייִשובֿניקעס, וועלכע האָבן פֿײַנט די קריסטן. מע האָט אָנגעהויבן אַן אויספֿאָרשונג פֿונעם פֿײַער־אַטאַק און וואַנדאַליזם.
די פֿאַרהאַלטענע יונגע־לײַט זענען פֿאַרבונדן מיט דער רעכטער אָרגאַניזאַציע „חוננו‟. די אָרגאַניזאַציע „רבנים פֿאַר מענטשנרעכט‟ האָט איבערגעגעבן „רויטערס‟, אַז זינט 2009 זענען אין ישׂראל, ווי אויך אויפֿן מערבֿ־ברעג און אין מיזרח־ירושלים, געשען 43 העסלעכע אַטאַקן אויף די קלויסטערס, מעטשעטן און מאָנאַסטירן.
דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט פֿאַרדאַמט דעם אינצידענט און באַטאָנט, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג באַטראַכט די רעליגיעזע פֿרײַהייט ווי איינע פֿון די יסודותדיקע ווערטן, גאַראַנטירט על־פּי־געזעץ, און צוגעזאָגט צו באַשטראָפֿן די שולדיקע „מיטן פֿולן כּוח פֿונעם געזעץ‟. בעת אַ טעלעפֿאָן־שמועס מיטן פֿאָטער גרעגאָרי קאָלינס, דער הויפּט פֿונעם „אָרדן פֿונעם הייליקן בענעדיקט‟ אין ישׂראל, האָט דער פּרעזידענט ראובֿן ריוולין געזאָגט, אַז די שׂריפֿה איז געווען „אַן אַטאַק אויפֿן עצם־לעבן‟ פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. די דעפּוטאַטן פֿון דער כּנסת און דער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ, דוד לאַו, האָבן אויך פֿאַרדאַמט דאָס פֿאַרברעכן מיט שאַרפֿע ווערטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.