„לימוד‟ — צום ערשטן מאָל אין טשילע

Limmud Debuts in Chile

די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ אין סאַנטיאַגאָ, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעם 14טן יוני. אונטן, די ערשטע פֿון לינקס — וויוויאַנאַ יהודית קרעמער.
Facebook
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ אין סאַנטיאַגאָ, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעם 14טן יוני. אונטן, די ערשטע פֿון לינקס — וויוויאַנאַ יהודית קרעמער.

פֿון ייִט״אַ

Published June 21, 2015, issue of July 10, 2015.

אַרום אַ האַלב טויזנט מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף דער ערשטער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ אין טשילע, וועלכע איז פֿאָרגעקומען זונטיק, דעם 14טן יוני, אין סאַנטיאַגאָ, אינעם „העברעיִשן אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון חיים ווײַצמאַן‟.

בעת דער אונטערנעמונג זענען דורכגעפֿירט געוואָרן מער ווי 30 פֿאַרשיידענע סעסיעס. בערך 60 קינדער האָבן אָנטיילגענומען אין ספּעציעלע פּראָגראַמען, וואָס מע האָט פֿאַר זיי צוגעגרייט במשך פֿונעם ייִדישן בילדונג־פֿעסטיוואַל, וועלכער האָט געדויערט אַ גאַנצן טאָג.

וויוויאַנאַ יהודית קרעמער, אַ פֿרײַוויליקע אַקטיוויסטקע פֿון בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע, האָט באַקענט די ייִדן אין טשילע מיטן בילדונג־מאָדעל פֿון „לימוד‟, ווען זי האָט זיך באַזעצט מיט איר משפּחה אין סאַנטיאַגאָ, מיט צוויי יאָר צוריק. זי האָט איבערגעגעבן, אַז אויף דער הײַנטיקער אונטערנעמונג האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ פּלוראַליסטישע סבֿיבֿה, וועלכע האָט צוגעצויגן אַפֿילו אַזעלכע ייִדן, וואָס האָבן זיך ביז איצט נישט אינטערעסירט מיט ייִדישקייט.

בערך 85 פּראָצענט פֿון די 15,000 טשילער ייִדן וווינען אין סאַנטיאַגאָ. די ערשטע ייִדישע תּושבֿים אינעם לאַנד זענען געווען די אַנוסים, וועלכע האָבן זיך געשמדט צוליב די רדיפֿות מצד דער קאַטוילישער קירך, אָבער שטילערהייט געפֿירט ווײַטער אַ ייִדיש לעבן. די אַנוסים זענען געווען צווישן די ערשטע שפּאַנישע רײַזנדע, וועלכע האָבן זיך געלאָזט איבערן אָקעאַן אויפֿן נײַ־אַנטדעקטן קאָנטינענט. ווען טשילע האָט פֿאָרמעל דערקלערט אומאָפּהענגיקייט פֿון שפּאַניע אין 1818, האָט מען דאָרטן אויפֿגעהערט צו רודפֿן די געשמדטע ייִדן.

די „לימוד‟־קאָנפֿערענץ איז, צוערשט, געגרינדעט געוואָרן אין בריטאַניע, אינעם יאָר 1980. זינט דעמאָלט, האָט דער פּראָיעקט אינספּירירט אַ גאַנצע נעץ אונטערנעמונגען, וואָס ווערן כּסדר דורכגעפֿירט אין 40 לענדער און אויף 6 קאָנטינענטן, און טראָגן דעם זעלבן נאָמען. דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר זענען „לימוד‟־קאָנפֿערענצן צום ערשטן מאָל דורגעפֿירט געוואָרן אין חיפֿה, תּל־אָבֿיבֿ, איטאַליע, באַרסעלאָנע, אורוגווײַ, מאַר־דעל־פּלאַטאַ אין אַרגענטינע, ווי אויך אין פֿיניקס, שטאַט אַריזאָנע.