במשך פֿון די יאָרן האָט מען מיך פֿאַרבעטן זיך צו באַטייליקן אין בערך אַ טוץ איניציאַטיוון אויסצושולן ייִדישע פֿירער אין אַמעריקע. אַ טייל פֿון די פּראָגראַמען זענען געווען זייער געראָטן, און אַנדערע — פּראָסט־און־פּשוט — אַרויסגעוואָרפֿן געלט און צײַט.
ס׳איז מיר לעצטנס אײַנגעפֿאַלן, אַז אונדזער ביז־איצטיקע השׂגה פֿון אַ פֿירער איז אפֿשר נישט די ריכטיקע. אַנשטאָט אויסצוקלײַבן די עקסטראָווערטן — די פֿעיִקע געזעלשאַפֿטלעכע טוער — זאָלן מיר גיכער זוכן די אינטראָווערטן פֿאַר אונזערע מדריכים: יענע שאַפֿערישע, אייגנאַרטיקע טיפּן מיט אָריגינעלע געדאַנקען, מיט אַ וויזיע. יענע מענטשן זענען טאַקע נישט קיין פֿעיִקע אַדמיניסטראַטאָרן, אָבער האָבן אַנדערע טאַלאַנטן, וואָס זענען אַ סך וויכטיקער, ווען עס רעדט זיך וועגן עכטער פֿירערשאַפֿט.
אין איר בוך, How To Be Alone (ווי אַזוי צו זײַן אַליין), שרײַבט די מחברטע, סאַראַ מייטלאַנד: „הגם אונדזער געזעלשאַפֿט פּריידיקט, אַז מיר וואָלטן אַלע געדאַרפֿט פּרוּוון ווערן געזעלשאַפֿטלעכע עקסטראָווערטן, ווילן ס׳רובֿ פֿון אונדז גיכער באַצייכנט ווערן ווי אינטראָווערטן — סענסיטיווע, גײַסטיקע מענטשן מיט טיפֿע געדאַנקען. מיר האָבן נאָך אַלץ אַ סך מער כּבֿוד פֿאַרן אינטעלעקטואַל איידער פֿאַרן געשעפֿטסמאַן; מיר שאַצן מער אָפּ דעם קאָמפּאָזיטאָר פֿון אַ מוזיקאַליש ווערק, ווי דעם זינגער; מיר באַוווּנדערן מער דעם אָפּגעזונדערטן אַוואַנטורע־זוכער, דעם אַליין־גייער, ווי דער טוריסט, וואָס פֿאָרט צוזאַמען מיט אַ רײַזע־גרופּע.‟
איך האַלט אויך, אַז די אינספּירירנדיקסטע, פֿאַרכאַפּנדיקסטע, שאַפֿערישסטע מענטשן זענען די וואָס האָבן אין זיך די שטריכן פֿונעם אינטראָווערט. יאָ, עס זענען הײַנט דאָ אַ סך אויסגעצייכנטע כּלל־טוער אין דער ייִדישער קהילה. אָבער ווי מיר ווייסן שוין גוט, האָט אונזער ייִדישע געזעלשאַפֿט — בפֿרט מחוץ דער אָרטאָדאָקסישער וועלט — פֿאַרלוירן אַ סך פֿון איר נשמה און „מיסטעריע‟. פֿון אַ קינסטלערישן, גײַסטיקן און אינטעלעקטועלן קוקווינקל, איז דאָס ייִדישע פֿאָלק הײַנט ממשותדיק פֿאַרוואַסערט געוואָרן, בעת אונדזערע אינסיטוציעס גיסן ווײַטער אַרײַן געלט און רעסורסן — אין נאָך מער אינסטיטוציעס!
אַ פֿרײַנד מײַנער האָט לעצטנס געבעטן בײַ זײַנע פֿרײַנד אויף „פֿייסבוק‟, זיי זאָלן אָנשרײַבן ווער ס׳זענען זייערע באַליבטסטע ייִדישע דענקער הײַנט־צו־טאָג. די ענטפֿערס זענען געווען נעבעכדיקע: עטלעכע ראָמאַנען־שרײַבער און אינסטיטוציע־גרינדער. ס׳רובֿ פֿון די גרויסע קינסטלערישע, אַקאַדעמישע און גײַסטיקע ייִדישע דענקער, וואָס איך קען פּערזענלעך, האָבן בכלל נישט פֿיגורירט אויף די רשימות — און דער דאָזיקער מענטש האָט דווקא אַ סך אינטעליגענטע באַקאַנטע. ס׳איז נישט געווען קיין אַנקעטע פֿון סתּם עמך, נאָר ממש פֿון די ייִדישע פּני. פֿאַר וואָס זשע האָבן זיי נישט אָנגעגעבן די נעמען פֿון די אמתע וויזיאָנערן?
בפֿרט בײַ ייִדן אינעם 21סטן יאָרהונדערט — אַ גרופּע וואָס ווערט אַלץ קלענער און קלענער — איז וויכטיק אויסצוזוכן גײַסטיקע, שאַפֿערישע וועגווײַזער. בײַ די נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן, האָט מען, צום גרעסטן טייל, שוין פֿאַרלוירן דאָס געפֿיל פֿון אַ ייִדישן שבֿט, פֿון אידענטיפֿיצירן זיך מיט אַנדערע ייִדן. טאַקע דערפֿאַר דאַרפֿן אונדזערע הײַנטיקע העלדן זײַן די פּאָעטן, פּראָפֿעסאָרן און גײַסטיקע פֿירער — און נישט די פּראָפֿעסיאָנעלע כּלל־טוער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.