ייִדיש און די אינטערנעץ

Yiddish and the Internet


פֿון לייזער בורקאָ

Published June 21, 2015, issue of July 10, 2015.

ווי אַ טייל פֿונעם איצטיקן „קולטורפֿעסט‟ האָט די „פֿאָלקסבינע‟ מיך פֿאַרבעטן צו רעדן דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק וועגן דער פֿראַגע „וואָס שפּילט אויף דער אינטערנעץ?‟ איך האָב געדאַרפֿט דאָרט ווײַזן און קאָמענטירן די בעסטע ווידעאָס אויף ייִדיש פֿון „יו־טוב‟, אַזעלכע, וואָס איך גיב צו צו אונדזער בלאָג „עונג שבת‟. ס’איז אַוודאי ניט פֿון די שווערע זאַכן אויסצוקלײַבן עטלעכע ווידעאָס און זיי אַרומצורעדן אויף איין פֿוס — דאָס קען טאָן יעדער איינער, וואָס קען ייִדיש און האָט אַ קאָמפּיוטער. דעריבער איז ניט קיין חידוש, וואָס אין זאַל זײַנען בײַ מיר געזעסן אין גאַנצן דרײַ מענטשן.

די דאָזיקע דרײַ אַלטע ייִדן, האָב איך מורא, האָבן זיך אפֿשר פֿאַרפּלאָנטערט אינעם צײַטפּלאַן פֿונעם „קולטורפֿעסט‟, אפֿשר געהאַט אין זינען צו גיין אויף עפּעס אַן אַנדער אונטערנעמונג, אַ קאָנצערט צי אַ פֿאָרשטעלונג; אָבער ווי באַלד זיי זײַנען על־פּי טעות געקומען צו מיר און ס׳איז זייער ווײַט צו פֿאָרן אין די אַנדערע „קולטורפֿעסט‟־לאָקאַלן, האָבן זיי בלית־ברירה זיך אַוועקגעזעצט און מיך אויסגעהערט מיט געדולד און אינטערעס. ס׳איז פֿאָרגעקומען צווישן אונדז אַן אינטימער און אַ באַלערנדיקער שמועס. פֿון דעסטוועגן, האַלט איך, אַז די טעמע ייִדיש און די אינטערנעץ איז גענוג וויכטיק, זי זאָל קענען פֿאַראינטערעסירן מער ווי יענע דרײַ ייִדן.

אויף דער טעמע איז ווידער געקומען צו רעדן אין אָוונט אויפֿן „קולטורפֿעסט‟־סימפּאָזיום, אין דער שליסל־רעדע פֿון אַהרן לאַנסקי, דעם פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט. לאַנסקי האָט דערציילט וועגן די אויסערגעוויינטלעכע אינטערנעץ־רעסורסן, וואָס דער „ביכער־צענטער‟ וועט אין גיכן מאַכן צוטריטלעך פֿאַרן ברייטן עולם, למשל, אַ נײַע, פֿאַרבעסערטע פּראָגראַם צו זוכן צווישן זייערע טויזנטער ביכער, ווידעאָס און רעקאָרדירונגען, ווי אויך אַ צווייטע פּראָגראַם, וואָס קען אַדורכלייענען די סקאַנירטע אַלטע ביכער אויטאָמאַטיש (OCR). זײַנע מיטאַרבעטער שאַפֿן נײַע ווידעאָס, דער עיקר, אויף ענגליש, אָבער אויך אַ היפּשע צאָל אויף ייִדיש, פֿאַרן „פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה‟, אָנגעפֿירט פֿון קריסטאַ וויטני. די אַרבעט צו סקאַנירן די אַלטע ביכער גייט אָן ווײַטער אין ירושלים, און לאַנסקי זאָגט פֿאָרויס, אַז אין אַ 6־7 יאָר אַרום וועלן שוין אַלע 40,000 ייִדישע ביכער אויף דער וועלט זײַן סקאַנירט, און די ייִדישע ליטעראַטור וועט ווערן די ערשטע אין דער געשיכטע, וואָס איז אויף הונדערט פּראָצענט צוטריטלעך און זוכעוודיק אין אינטערנעץ.

מיטוואָך, אינעם זעלביקן סימפּאָזיום, האָט דער פֿילם־היסטאָריקער עריק גאָלדמאַן געלייענט אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „די נײַע ייִדישע קינעמאַטאָגראַפֿיע: רענעסאַנס אָדער קוריאָז?‟ צום באַדויערן, האָב איך די סעסיע פֿאַרפֿעלט, אָבער איך בין זיך משער, אַז דער ענטפֿער איז „קוריאָז‟, ווײַל קיין אמתער ייִדיש־רענעסאַנס איז ניט געשען זינט הונדערט יאָר.

אויף אַ שפּעטערדיקער סעסיע האָט אונדזער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקטאָר, באָריס סאַנדלער, באַמערקט, אַז די אַנטוויקלונגען אין דער הײַנטיקער טעכניק זײַנען אַ „נס-מן-השמים פֿאַר ייִדיש‟. אַזוי קען מען דערגרייכן טויזנטער מער מענטשן איבער דער וועלט, וואָס וואָלטן אַנדערש קיין מאָל ניט געזען די געדרוקטע צײַטונג פֿאַר די אויגן.

דער פּאָטענציאַל פֿון דער אינטערנעץ פֿאַר ייִדיש איז אַוודאי זייער אַ גרויסער. עס וואַקסט די צאָל ווייכטיקע אינטערנעץ־פּראָיעקטן פֿונעם „ביכער־צענטער‟, פֿון „פֿאָרווערטס‟, איצט אויך פֿון „אַרבעטער־רינג‟, פֿון „ייִדישפּאָפּ‟. עטלעכע יחידים, ווי רפֿאל פֿינקל און חיים באָכנער, שאַפֿן אויך נײַע רעסורסן.

נאָר פֿון דעסטוועגן, ווירקט די אַלגעמיינע טענדענץ פֿון דער אינטערנעץ קעגן ייִדיש. דער גרעסטער טייל פֿונעם פּאָטענציאַל ווערט ניט רעאַליזירט, סײַ ווײַל די מאַסן חסידים באַציִען זיך סקעפּטיש צו דעם, און סײַ ווײַל דווקא די גרויסע שפּראַכן זײַנען דאָרט די גרעסטע געווינער — קודם־כּל, ענגליש.

אויף דער וועלט לעבן איבער זיבן ביליאָן מענטשן, און צווישן זיי בלויז 360 מיליאָן געבוירענע ענגליש־רעדער — ד”ה בלויז 5% פֿון דער וועלט־באַפֿעלקערונג. אָבער לויטן אינהאַלט איז די אינטערנעץ 55% ענגליש. אַפֿילו די אַנדערע גרויסע לשונות, ווי רוסיש, דײַטש, און שפּאַניש, האָבן יעדער באַזונדער בלויז 5% פֿונעם „מאַרק‟. העברעיִש געפֿינט זיך אויפֿן 29סטן אָרט אין דער רשימה פֿון די פּאָפּולערסטע שפּראַכן, מיט 0.1%, צווישן בולגאַריש און ליטוויש. ייִדיש רעכנט זיך דאָרט אין גאַנצן ניט.

די אינטערנעץ דעמאָקראַטיזירט און האָמאָגעניזירט די וועלט־קולטור, זי באַזײַטיקט די גײַסטיקע גרענעצן צווישן לענדער און פֿעלקער. זי ברענגט אַרײַן נײַע אינפֿאָרמאַציע און נײַע קאָנטאַקטן אין די פֿאַרוואָרפֿנסטע ווינקעלעך, אָבער אויף דעם אופֿן שוואַכט זי אויך אָפּ די טראַדיציאָנעלע קולטורן און שפּראַכן. דעריבער איז די השפּעה פֿון דער אינטערנעץ אויף ייִדיש, אין לעצטן סך־הכּל, אַ נעגאַטיווע.

ס׳איז אָבער ניטאָ קיין אויסוועג, ווײַל די אינטערנעץ און די טעכנאָלאָגיע אַנטוויקלען זיך אַלץ גיכער, און אַפֿילו די רביים און רבנים קענען זיי ניט אָפּשטעלן. אויב אַ קולטור און אַ שפּראַך וועלן עקסיסטירן אין דער צוקונפֿט, וועלן זיי דאַרפֿן קענען קאָנקורירן מיט די גרויסע קולטורן און שפּראַכן. ייִדיש איז באמת ניט קאַפּאַבל צו קאָנקורירן, אָבער מע דאַרף פּרוּוון, וויפֿל עס לאָזט זיך.

פֿאַקטיש איז ייִדיש הײַנט — ווי אַ גערעדטע שפּראַך, ניט פֿון אינטערנעץ — שטאַרקער ווי אַ סך אַנדערע קליינע שפּראַכן, ווײַל אונדזערע חסידים שטעלן זיך קעגן דער מאָדערניזאַציע. עס פֿרעגט זיך טאַקע, ווי לאַנג זיי וועלן קענען אָנהאַלטן די דאָזיקע סטראַטעגיע פֿון אָפּזונדערן זיך. טעאָרעטיש — ביז משיח וועט קומען. פּראַקטיש גערעדט, איז עס מסתּמא אַ פֿראַגע פֿון עטלעכע צענדליק יאָר. די בעסטע האָפֿענונג איז דעריבער אַ צווייזײַטיקע סטראַטעגיע פֿון מאָדערנע מיטלען מצד די ייִדישיסטן און אַלטע מיטלען מצד די פֿרומע.